דאנערשטאג וישלח
באריכטן ·
🌴בצל הקודש🌴
=דאנערשטאג וישלח=
דער רבי האט געדאווענט שחרית אין ישיבה גדולה סניף ברך משה.
פארן דאווענען האט דער רבי געלייגט תפילין פאר די בר מצוה בחורים,
ב"ר קלמן אליעזר לעווי הי"ו.
ב"ר חיים יוסף לייב מארקאוויטש הי"ו.
ב"ר מנחם יעקב קליין הי"ו.
ב"ר חיים בערגער הי"ו.
ביים ליינען איז דער רבי געגאנגען הגבה.
נאכן דאווענען האט דער רבי פארגעלערנט א תהילים שיעור אויף קאפיטל כ"ד פסוק ז', ווי דער רבי האט מעורר געווען די בחורים זיך צוצוגרייטן צום יו"ט חנוכה הבעל"ט מיטן לערנען חסידישע ספרים ובפרט ספה"ק קדושת לוי און מאכן מיט דעם א ריכטיגע הכנה.
דערנאך איז פארגעקומען א לחיים מיט די בר מצוה בחורים בחדרו הפרטי.
ארום 5:15 האט דער רבי געדאווענט מנחה בביתו נאוה קודש אויף צאנז קט.
פארנאכטס האט דער רבי מסדר קידושין געווען ביי די חופה פון החתן המשב"ק חנני' יו"ט ליפא ב"ר ישראל יעקב דייטש הי"ו עב"ג הכלה בת הרה"ח ר' זלמן לייב פאלקאוויטש הי"ו אין די זאלן פון כינור דוד.
און ביי די חופה פון די מחותנים הרה"ח ר' יצחק אייזיק פאוועל הי"ו און הרה"ח ר' שמואל יודא שטיין הי"ו אין די זאלן פון בית רחל פאראדייס.
און ביי די חופה פון די מחותנים הרה"ח ר' ישראל נחמי' שווארטץ הי"ו און הרה"ח ר' יוסף וועבער הי"ו אין די זאלן פון קרן ויואל משה.
זמני כניסה איז געווען פון 8:15 ביז 11:30 אויפדערנאכט בביתו נאוה קודש אויף איהעל קט.
בעת די זמני כניסה זענען אריין בקודש פנימה חברי 'וועד הכשרות ק"י' אין שפיץ פון הרה"ג ר' הערש לייב בערנשטיין שליט"א - יו"ר הוועד,
מען האט אויסגעשמועסט פארשידענע שאלות וואס האבן זיך געמאכט אין די לעצטערע תקופה און איבערגעגאנגען פארשידענע פלענער אויף ווייטער צו פארזיכערן אז אלע פראדוקטן וואס ווערן פארקויפט אין ק"י זענען אויסגעהאלטן בתכלית הכשרות און דער רבי האט אנגעוואונטשן ברכת קדשו.
ארום 10:15 האט דער רבי געליינט די תנאים פון די מחותנים הרה"ח ר' משולם שמעי' פריעדמאן הי"ו און הרה"ח ר' ליפא ראזענפעלד הי"ו,
און פון די מחותנים הרה"ח ר' יעקב מרדכי בר"י טייטלבוים הי"ו און הרה"ח ר' חיים לייב מארקאוויטש הי"ו,
אין די תנאים זאלן בביתו נאוה קודש.
דער רבי האט געדאווענט מעריב ארום 11:30.
נאך מעריב איז דער רבי אריבער צו די זאלן פון כינור דוד צום שמחת החתונה פון החתן המשב"ק חנני' יו"ט ליפא דייטש ני"ו,
דער רבי האט געמאכט א לחיים און אנגעוואונטשן פארן חתן, מחותנים, זיידעס, און פארן גאנצן ציבור,
דערנאך האט דער רבי אפגעראכטן די ריקודי קודש לפני הכלה און דערנאך געטאנצן מיטן חתן.
א גוטע נאכט.
~🌴~