מיטוואך וישלח
באריכטן ·
🌴בצל הקודש🌴
=מיטוואך וישלח=
פארן דאווענען איז פארגעקומען די ברית לבן הנולד אצל ר' יואל נחמי' ראלניצקי הי"ו ווי דער רבי איז געווען סנדק ומוהל.
און די ברית לבן הנולד אצל ר' ראובן אוריאל מאוואס הי"ו ווי דער רבי איז געווען סנדק ומוהל.
דער רבי האט געדאווענט שחרית אין ישיבה גדולה סניף ויואל משה.
פארן דאווענען האט דער רבי געלייגט תפילין פאר די בר מצוה בחורים,
בהר"ר דניאל דוד שטיינבערג שליט"א.
ב"ר משה יעקב וועלץ הי"ו.
ב"ר יואל ווערצבערגער הי"ו.
נאכן דאווענען האט דער רבי פארגעלערנט א תהילים שיעור אויף קאפיטל כ"ד פסוק א'.
דערנאך איז פארגעקומען א לחיים מיט די בר מצוה בחורים בחדרו הפרטי.
נאכמיטאג איז דער רבי ארויף אין ישיבה סניף ברך משה ווי דער רבי האט געלערנט מיט א חברותא בחדרו הפרטי.
ארום 5:15 האט דער רבי געדאווענט מנחה אין ישיבה.
פארנאכטס האט דער רבי מסדר קידושין געווען ביי די חופה פון די מחותנים הרה"ח ר' יואל ברי"ד לאנדא הי"ו און הרה"ח ר' יואל ברש"ז פאלאטשעק הי"ו אין די זאלן פון בית רחל פאראדייס.
און ביי די חופה פון די מחותנים הרה"ח ר' יואל בר"ש ראזענפעלד הי"ו און הרה"ח ר' יוסף מרדכי רובין הי"ו אין די זאלן פון גינת קליין.
זמני כניסה איז געווען פון 8:15 ביז 12:00 אזייגער אויפדערנאכט בביתו נאוה קודש אויף איהעל קט.
בעת די זמני כניסה איז פארגעקומען א חתימת שטרות בקודש פנימה ווי הרה"ח ר' אברהם ווידער הי"ו - ראה"ק דקהלתינו הק' ק"י, האט אפגעקויפט א זכות אינעם בנין הת"ת שע"י מוסדותינו הק' אין מאנטשעסטער,
דער רבי האט אינטערגעשריבן די שטרות אינאיינעם מיטן נדבן און ווארעם אנגעוואונטשן ברכת קדשו.
ארום 10:15 האט דער רבי געליינט די תנאים פון די מחותנים הרה"ח ר' משה שרגא פויגעל הי"ו און הר"ר יחזקאל שרגא ברי"א שטיין שליט"א אין די תנאים זאלן בביתו נאוה קודש.
דער רבי האט געדאווענט מעריב ארום 11:30 און נאך מעריב ממשיך געווען אויפצונעמען דעם ציבור.
א גוטע נאכט.
~🌴~