דינסטאג וישלח
באריכטן ·
🌴בצל הקודש🌴
=דינסטאג וישלח=
פארן דאווענען איז פארגעקומען אין ביהמ"ד הגדול די ברית לבן הנולד אצל ר' עקיבא יונתן ווייס הי"ו ווי דער רבי איז געווען סנדק.
דער רבי האט געדאווענט שחרית אין ביהמ"ד ישמח משה לרגל די שמחת הברית מילה ביי נכדו בן הנולד אצל הרב יחזקאל שרגא מייזליש שליט"א בן חדב"ן הגה"צ רב דביהמ"ד ישמח משה שליט"א וחתן הרה"ג ר' יושע רובין שליט"א - אב"ד ראדאוויץ בן הגה"צ אבד"ק בריזדאוויץ שליט"א וחתן האדמו"ר מפאפא ב"פ שליט"א.
פארן דאווענען האט דער רבי געלייגט תפילין פאר די בר מצוה בחורים,
ב"ר ירמי' צבי ראטה הי"ו.
ב"ר יואל ראטה הי"ו.
נאכן דאווענען איז פארגעקומען די שמחת הברית מילה בהיכל הביהמ"ד,
רבינו שליט"א איז מכובד געווארן מיט סנדקאות.
מוהלות: האדמו"ר מפאפא ב"פ שליט"א.
סנדק מעומד: חדב"ן הגה"צ רב דביהמ"ד ישמח משה שליט"א.
ברכות וקריאת השם: הגה"צ אבד"ק בריזדאוויץ שליט"א, ויקרא שמו בישראל: 'יקותיאל יודא' נאך די זיידע הגה"צ אבד"ק סיגעיט זצ"ל.
נאכן ברית איז דער גאנצע ציבור אריבער וואונטשן מזל טוב פאר רבינו שליט"א און די חשוב'ע זיידעס, און עס איז פארגעקומען א לחיים פאר די בר מצוה בחורים בחדר הפרטי.
נאך עטליכע מינוט איז פארגעקומען די סעודת ברית בהיכל הביהמ"ד,
ביים סעודה האט אויפגעטרעטן דער בעל שמחה דער אבי הבן הרב יחזקאל שרגא שליט"א, און די זיידעס הגה"צ אבד"ק בריזדאוויץ שליט"א און חדב"ן הגה"צ רב דביהמ"ד ישמח משה שליט"א,
מיט יום ליבשה האט דער רבי מכבד געווען נכדו הרב מאיר אליעזר מייזליש שליט"א,
דערנאך האט דער רבי משמיע געווען דברות קודש בעניני ברית מילה, און ווארעם אנגעוואונטשן פארן בעל שמחה שליט"א, און פאר די חשובע זיידעס, און פארן גאנצן ציבור,
מיטן בענטשן האט דער רבי מכבד געווען האדמו"ר מפאפא ב"פ שליט"א און מיט די הרחמן'ס די בני המשפחה, מען האט געענדיגט ארום 1:30.
דערנאך איז דער רבי ארויף אין שטוב פון חדב"ן הגה"צ רב דביהמ"ד ישמח משה שליט"א ווי דער רבי האט אנגעוואונטשן פארן יולדות.
ארום 4:15 האט דער רבי געדאווענט מנחה בביתו נאוה קודש אויף צאנז קט.
נאך מנחה האט זיך דער רבי ארויסגעלאזט אויפן וועג קיין שיכון סקווירא ווי דער רבי האט זיך משתתף געווען במעמד החופה ביים שמחת החתונה פון חתן כלה נכדי גיסו כ"ק אדמו"ר מסקווירא שליט"א,
דער רבי איז אנגעקומען ארום 5:20, נאכן חופה האט דער רבי אנגעוואונטשן פאר גיסו כ"ק אדמו"ר מסקווירא שליט"א פאר מחותנו הגה"צ אב"ד בית אהרן שליט"א און פאר די אנוועזנדע רבנים שליט"א,
דערנאך ארום 5:45 האט זיך דער רבי ארויסגעלאזט אויפן וועג קיין וומ"ס צו די וועכענטליכע זמני כניסה.
ביים אנקומען קיין וומ"ס ארום 7:00 אזייגער איז דער רבי צום ערשט אריבער בביהמ"ד החדש בבית הנגיד ר' שלמה זלמן פעדער הי"ו,
דער רבי האט קובע געווען א מזוזה און דערנאך זיך אומגעקוקט אינעם ביהמ"ד,
דער רבי האט געמאכט א לחיים און ווארעם אנגעוואונטשן פאר ר' שלמה זלמן הי"ו,
דערביי איז פארגעקומען א חתימת שטרות ווי ר' שלמה זלמן הי"ו האט מנדב געווען א ריזן סכום לטובת מוסדותינו הק' וומ"ס.
זמני כניסה איז געווען פון 7:30 ביז 11:45 אויפדערנאכט בביתו נאוה קודש אויף היוז סט.
בעת די זמני כניסה איז געקומען אויף א באזוך הגה"צ אב"ד איבראן שליט"א,
עס האט זיך פארמירט א שיינע שמועס בעניני סופרות און דער רבי האט אנגעוואונטשן ברכת קדשו.
דער רבי האט געדאווענט מעריב ארום 9:30 און נאך מעריב ממשיך געווען אויפצונעמען דעם ציבור.
~🌴~