מאנטאג וישלח
באריכטן ·
🌴בצל הקודש🌴
=מאנטאג וישלח=
פארן דאווענען איז פארגעקומען די ברית לבן הנולד אצל ר' יעקב דוד פעלבערבוים הי"ו ווי דער רבי איז געווען סנדק.
דער רבי האט געדאווענט שחרית אין ישיבה גדולה סניף דברי יואל.
ביים ליינען האט דער רבי עולה געווען שלישי.
נאכן דאווענען האט דער רבי פארגעלערנט א תהילים שיעור אויף קאפיטל כ"ד פסוק א'.
נאכמיטאג איז דער רבי ארויף אין ישיבה סניף קדושת יואל ווי דער רבי האט געלערנט מיט א חברותא בחדרו הפרטי.
ארום 5:00 אזייגער האט דער רבי געדאווענט מנחה אין ישיבה.
פארנאכטס האט דער רבי מסדר קידושין געווען ביי די חופה פון די מחותנים הרה"ח ר' אליעזר זוסיא סופר הי"ו און הר"ר דוד חנני' ווייס שליט"א אין די זאלן פון כינור דוד.
און ביי די חופה פון די מחותנים הרה"ח ר' משה דאנא הי"ו און הרה"ח ר' מרדכי יעקב סאאל הי"ו אין די זאלן פון בית רחל פאראדייס.
און ביי די חופה פון די מחותנים הרה"ח ר' יצחק אהרן ברייער הי"ו און הרה"ח ר' נפתלי יואל סופר הי"ו אין די זאלן פון גינת קליין.
זמני כניסה איז געווען פון 8:00 אזייגער ביז 12:15 אויפדערנאכט בביתו נאוה קודש אויף איהעל קט.
ארום 10:00 אזייגער האט דער רבי געליינט די תנאים פון די מחותנים הרה"ח ר' דוד לייב גליק הי"ו און הרה"ח ר' פנחס מענדלאוויטש הי"ו אין די תנאים זאלן בביתו נאוה קודש.
דער רבי האט געדאווענט מעריב ארום 11:40 און נאך מעריב ממשיך געווען אויפצונעמען דעם ציבור.
א גוטע נאכט.
~🌴~