זונטאג וישלח
באריכטן ·
🌴בצל הקודש🌴
=זונטאג וישלח=
פארן דאווענען איז פארגעקומען די ברית לבן הנולד אצל ר' שלמה דוד שווארטץ הי"ו ווי דער רבי איז געווען סנדק ומוהל.
און די ברית לבן הנולד אצל ר' קלמן אליעזר פעלבערבוים הי"ו ווי דער רבי איז געווען סנדק ומוהל.
און די ברית לבן הנולד אצל ר' דוד ברנ"ה וויינבערגער הי"ו ווי דער רבי איז געווען סנדק.
דער רבי האט געדאווענט שחרית אין ישיבה גדולה סניף קדושת יואל.
פארן דאווענען האט דער רבי געלייגט תפילין פאר די בר מצוה בחורים,
ב"ר וואלף פאלאטשעק הי"ו - תאומים.
ב"ר יושע הערש גליק הי"ו.
ב"ר משה אברהם צוויבל הי"ו.
ב"ר יושע יצחק יודא מאשקאוויטש הי"ו.
ב"ר שמואל מענדל פנחס באב"ד הי"ו.
ב"ר משה הירש הי"ו.
ב"ר יואל ב"ר העניך פריעד הי"ו.
נאכן דאווענען האט דער רבי פארגעלערנט א תהילים שיעור אויף קאפיטל כ"ד פסוק א'.
דערנאך איז פארגעקומען א לחיים מיט די בר מצוה בחורים בהכיתה הגדולה.
נאכמיטאג איז דער רבי ארויף אין ישיבה סניף קדושת יואל ווי דער רבי האט געלערנט מיט א חברותא בחדרו הפרטי.
ארום 5:15 האט דער רבי געדאווענט מנחה אין ישיבה.
פארנאכטס האט דער רבי מסדר קידושין געווען ביי די חופה פון די מחותנים הרה"ח ר' שלמה קלמן פעלדמאן הי"ו און הרה"ח ר' יצחק ענגלענדער הי"ו אין די זאלן פון כינור דוד.
און ביי די חופה פון די מחותנים הרה"ח ר' יוסף יודא גוטמאן הי"ו און הרה"ח ר' יעקב וועבערמאן הי"ו אין די זאלן פון בית רחל פאראדייס.
זמני כניסה איז געווען פון 8:00 אזייגער ביז 12:40 אויפדערנאכט בביתו נאוה קודש אויף איהעל קט.
בעת די זמני כניסה איז געקומען אויף א באזוך האדמו"ר מקאסוב שליט"א,
עס האט זיך פארצויגן א שיינע שמועס איבער די קשר פונעם הייליגן עצי חיים זי"ע מיט זקינו הגה"ק בעל לקט עני מקאסוב זצ"ל,
דער רבי האט מכבד געווען מיט לחיים און ווארעם אנגעוואונטשן ברכת קדשו.
ארום 10:30 האט דער רבי געליינט די תנאים פון די מחותנים הרה"ג ר' יואל מענדל אשכנזי שליט"א - אב"ד אלעסק לינדן און הר"ר איתמר מייזליש שליט"א אין די תנאים זאלן בביתו נאוה קודש.
נאכן תנאים האט דער רבי געמאכט קידוש לבנה פארנט פון ביתו נאוה קודש.
דער רבי האט געדאווענט מעריב ארום 11:45 און נאך מעריב ממשיך געווען אויפצונעמען דעם ציבור.
א גוטע נאכט.
~🌴~