שבת קודש פרשת ויצא
באריכטן ·
🌴בצל הקודש🌴
=שבת קודש פרשת ויצא=
פארן זמן הדלקה"נ האט דער רבי אנגעטוהן די שטריימל פאר החתן המשב"ק חנני' יו"ט ליפא דייטש ני"ו.
ארום 5:00 אזייגער איז דער רבי אריינגעקומען צו מנחה ערב שבת קודש, ווי דער רבי איז צוגעגאנגען צום עמוד.
קבלת שבת: הר"ר דוד בר"מ עקשטיין שליט"א.
מען האט געענדיגט דאווענען ארום 6:35.
נאכן דאווענען איז דער ציבור אריבער זאגן גוט שבת און דער רבי איז אהיים לביתו נאוה קודש.
ארום 8:25 איז דער רבי אריינגעקומען צום שלחן הטהור בהיכל השלחנות אינאיינעם מיט די תלמידי הישיבה.
מיט אשת חיל האט דער רבי מכבד געווען דעם אייניקל הב' ישכר בער ט"ב ני"ו בן חדב"ן הגה"צ רב דביהמ"ד ברך משה שליט"א.
מיט הגבהת הכוס איז מכובד געווארן נכד רבינו הרב דוד טייטלבוים שליט"א בן הגה"צ אב"ד סיגוט שליט"א.
מיט כל מקדש האט דער רבי מכבד געווען הר"ר אברהם קרויס שליט"א - לאנדאן.
מנוחה ושמחה: הרה"ח ר' יודא משה סעיד הי"ו - ארגענטינע.
דערנאך האט דער רבי געזאגט תורה אויפן פסוק ותאמר אסף אלקים את חרפתי און עס אויסגעטייטשט בדרך דרוש אינעם סוגיא פון עשה דוחה לא תעשה.
קה אכסוף: נכד רבינו הרב דוד טייטלבוים שליט"א.
ברכת המזון: הגה"צ רב דביהמ"ד בית ברוך שליט"א.
דערנאך האט דער רבי דערציילט עובדות וסיפורים פון הרה"ק רבי אהרן מטשערנאבל זי"ע וואס די יארצייט געפאלט דעם מאנטאג ח' כסלו.
קה רבון עלם: הרה"ג ר' יואל אפענהיים שליט"א - מו"ץ ביהמ"ד דקהלתינו הק' שכונת זרע קודש.
מען האט אויפגעגעבן פירות און די פרישע חתנים זענען אריבער נעמען שיריים.
דערנאך האט מען אויפגעגעבן בונדלעך און געזינגען ניגוני שמחה לרגל די שמחת השלום זכר פון נכד רבינו בן הנולד אצל הרב יחזקאל שרגא מייזליש שליט"א בן חדב"ן הגה"צ רב דביהמ"ד ישמח משה שליט"א.
אז ביום השביעי: הרה"ג ר' יצחק שלום פריעדמאן שליט"א - מו"ץ.
מען האט געענדיגט די טיש ארום 11:10.
=וביום השבת=
דער רבי איז אריינגעקומען צום דאווענען ארום 9:20.
ברכות ופסוקי דזמרה: הרה"ח ר' הערשל בידערמאן הי"ו - ב"פ.
דער רבי איז צוגעגאנגען צום עמוד צו תפילת שחרית.
ביים ליינען זענען נתכבד געווארן:
הוצאה והכנסה: הרה"ח ר' שמואל מארקאוויטש הי"ו.
פסוקי שמע ישראל: נכד רבינו הרב דוד טייטלבוים שליט"א.
כהן: ר' יואל נחמי' ראלניצקי הי"ו.
לוי: הרה"ח ר' ליפא ווערצבערגער הי"ו.
שלישי: החתן משב"ק חנני' יו"ט ליפא ב"ר ישראל יעקב דייטש הי"ו - באווארפען.
רביעי: החתן דוד ב"ר אליעזר זוסיא סופר הי"ו - באווארפען.
חמישי: החתן הערשל ב"ר אהרן שמואל פוקס הי"ו.
נאכן עולה זיין האט דער רבי קורא שם געווען לרגל הולדת הבת אצל:
ר' יחיאל ארי' בידערמאן הי"ו.
ר' אברהם יודא זאבעל הי"ו.
ר' אברהם ברי"ע מארקאוויטש הי"ו.
שביעי: החתן נחמי' צבי ב"ר חיים אברהם ראזענפעלד הי"ו.
אחרון: הרה"ג ר' יוסף הערש סופר שליט"א - מו"ץ.
מפטיר: הרה"ח ר' זלמן לייב קאפעל הי"ו.
הגבה: הרה"ח ר' חיים אברהם ראזענפעלד הי"ו.
גלילה: הרה"ח ר' ישראל יעקב דייטש הי"ו.
צו תפילת מוסף איז צוגעגאנגען הרה"ג ר' הערשל גאלדבערגער שליט"א.
פתיחה צו אנעים זמירות: הרה"ח ר' יושע יודא גלאנץ הי"ו.
מען האט געענדיגט ארום 12:20.
דער רבי איז אריינגעקומען צו תפילת מנחה ארום 5:00 אזייגער.
צום עמוד איז צוגעגאנגען הרה"ח ר' יעקב יוסף פילאפף הי"ו.
ביים ליינען איז מכובד געווארן,
הוצאה והכנסה: הרה"ח ר' שלמה רובינשטיין הי"ו.
כהן: הר"ר שמואל משה פריעדמאן שליט"א.
לוי: הרה"ח ר' יצחק מאיר ווערצבערגער הי"ו - וומ"ס.
שלישי: הרה"ח ר' יואל עפשטיין הי"ו.
דער רבי איז געגאנגען הגבה.
גלילה: הר"ר אברהם קרויס שליט"א.
ביי של"ס האט דער רבי מכבד געווען מיט אודה הרה"ח ר' יצחק שווארטץ הי"ו - וומ"ס.
שיר המעלות: הרה"ח ר' משה גאלדשטיין הי"ו.
דער רבי האט זיך געשטעלט אויפן פסוק 'ויקץ יעקב משנתו ויאמר אכן יש ה' במקום הזה' און דער רבי האט נאכגעזאגט פונעם הייליגן תפארת שלמה זי"ע אז יעדע מצוה וואס א מענטש טוט גייט די קדושה פון די מצוה אריין אינעם ביהמ"ק של מעלה און אינעם ביהמ"ק של מטה, און די זעלבע חלילה א עבירה גייט אריין די טומאה און עס איז מטמא די ביהמ"ק, און אזוי איז אוועקגעגאנגען די קדושה פונעם ביהמ"ק און נאר אזוי האט די ביהמ"ק געקענט חרוב ווערן, און דאס האט יעקב אבינו געזען אינעם חלום,
און דער רבי האט ממשיך געווען מיט דברי מוסר אז יעדע מענטש דארף מאכן א חשבון הנפש צו ער איז נישט פון די מענטשן וואס זענען מטמא די ביהמ"ק וואס דאס מאכט אז עס זאל נישט קענען פארענדיגט ווערן די ביהמ"ק השלישי.
ידיד נפש: הרה"ח ר' אנטשיל ליכטענשטיין הי"ו - וומ"ס.
קל מסתתר: הרה"ח ר' יואל עפשטיין הי"ו.
דער רבי האט געבענטשט על הכוס.
הגבהת הכוס: החתן מענדל ב"ר יואל עפשטיין הי"ו.
דערנאך האט דער רבי געזאגט שבע ברכות.
צו מעריב איז צוגעגאנגן הרה"ח ר' אליעזר ווייס הי"ו.
נאך מעריב האט דער רבי געמאכט הבדלה.
נאך הבדלה איז דער ציבור אריבער זאגן א גוטע וואך.
מען האט געענדיגט ארום 7:15.
ארום 9:00 אזייגער איז דער רבי אנגעקומען אין שטוב פון הרה"ח ר' יואל עפשטיין הי"ו אויף א מסיבת לחיים לרגל שמחת נשואי בנו למז"ט,
עס האט זיך פארצויגן א שיינע שמועס איבער אידישקייט אין מאנטעווידיוא און אין בראזיל,
דער רבי האט געמאכט א לחיים און אנגעוואונטשן פארן חתן, מחותנים, זיידעס, און די גאנצע משפחה.
פון דארט איז דער רבי אריבער אין שטוב פון הרה"ח ר' חיים אברהם ראזענפעלד הי"ו אויף א מסיבת לחיים לרגל שמחת נשואי בנו למז"ט עב"ג הכלה בת הרה"ח ר' שלמה יעקב ניישטאדט הי"ו,
עס האט זיך פארצויגן א שיינע שמועס איבער די היסטאריע פון אידישקייט אין פראנקרייך און דייטשלאנד במשך הדורות און איבער די סדר פון כשרות הבשר אין די בראשית יארן אין אמעריקע,
דער רבי האט געמאכט א לחיים און אנגעוואונטשן פארן חתן, מחותנים, זיידעס, און די גאנצע משפחה.
דערנאך ארום 9:45 האט זיך דער רבי ארויסגעלאזט אויפן וועג קיין ב"פ ווי עס איז פארגעקומען די דינער השנתי 'שלי' לטובת מוסדותינו הק' וואס איז פארגעקומען אין די זאל פון עטרת חי',
דער רבי איז אנגעקומען ארום 11:10 און זיך באגריסט מיט די חשובע רבנים אויפן אויבנאן,
הגה"צ גאב"ד קהלתינו ב"פ שליט"א האט ממשיך געווען מיט זיין דרשה,
דערנאך האט דער יושב ראש הרה"ח ר' משה אהרן פילאפף הי"ו אויפגעריפן דער מנהל המוסדות הרה"ח ר' אהרן וועלץ הי''ו צו משמיע זיין די דבר המוסדות,
דערנאך האט דער רבי משמיע געווען דב"ק, נאך די דברי תורה האט דער רבי ארומגערעדט בשבח פון קהלתינו און מוסדותינו הק' אין ב"פ, און ארומגערעדט איבער די הרחבת גבולי הקדושה וואס ווערט נתרבה בכמות ובאיכות, צווישן אנדערע די פלענער פון בית מדרשינו 18'טע עוו. ביהמ"ד דברי יואל, און ביהמ"ד לב אהרן וועלכע האלטן אלע אינמיטן פארברייטערט / געבויעט ווערן, און אזוי אויך די בנין החדש פאר די בית רחל אויף 18'טע עוו. און דער רבי האט ממשיך געווען און מאריך געווען בפרטיות בשבח פון די דריי ישיבות קטנות פון מוסדותינו הק' ב"פ, און שטארק אויפגעפאדערט אנשי שלומינו נישט אוועקצושיקן די בחורים לערנען אין פרעמדע ישיבות וואס דאס ברענגט אז ווען מען ווערט עלטער פארט מען לערנען אין ארץ ישראל און מען קומט אהיים גאר אנדערש פון דארט בהשקפה און א קאלטקייט צו כל הקודש לנו און שטעלן אויף א שטוב אויף אנדערע יסודות ווי אבותינו ורבותינו הק' האבן אוועקגעשטעלט, אלעס ווייל מען רעדט זיך איין אז אין די אנדערע ישיבות איז דא א בעסערע דרך הלימוד ווי אין אונזערע ישיבות, און מסיים געווען מיט ברכות לרוב פאר די הנהלת המוסדות און פארן גאנצן ציבור,
דערנאך האט דער רבי געמאכט א לחיים און געוואונטשן ברכת קדשו פארן גאנצן ציבור, מען האט געענדיגט ארום 12:05.
נאכן דינער איז דער רבי אריבער אויף א קביעות מזוזה אין שטוב פון נכדו הרב מאיר אליעזר טייטלבוים שליט"א בן חדב"ן הגה"צ רב דביהמ"ד ברך משה שליט"א,
דער רבי האט קובע געווען א מזוזה אויפן הויפט אריינגאנג,
דערנאך איז פארגעקומען א מסיבת לחיים, עס האט זיך פארמירט א שיינע שמועס און דער רבי האט אנגעוואונטשן ברכת קדשו פאר נכדו הרב מאיר אליעזר שליט"א און פאר זיין שווער הרה"ג ר' יחיאל שרגא גרינפעלד שליט"א - ראה"כ סעמיהאי.
ארום 12:30 האט זיך דער רבי ארויסגעלאזט אויפן וועג אהיים לביתו נאוה קודש אין ק"י.
א גוטע וואך.
~🌴~