דינסטאג ויצא
באריכטן ·
🌴בצל הקודש🌴
=דינסטאג ויצא=
פארן דאווענען איז פארגעקומען די ברית לבן הנולד אצל ר' ליפא ברמ"א ניימאן הי"ו ווי דער רבי איז געווען סנדק ומוהל.
און די ברית לבן הנולד אצל ר' יצחק זאב גרינוואלד הי"ו ווי דער רבי איז געווען סנדק ומוהל.
און די ברית לבן הנולד אצל ר' יוסף דוד לאוב הי"ו ווי דער רבי איז געווען סנדק ומוהל.
און די ברית לבן הנולד אצל ר' יואל הלל בערקאוויטש הי"ו ווי דער רבי איז געווען סנדק ומוהל.
דער רבי האט געדאווענט שחרית אין ישיבה גדולה סניף עצי חיים - שיעור ג'.
פארן דאווענען האט דער רבי געלייגט תפילין פאר די בר מצוה בחורים,
ב"ר יואל ב"ר בנציון ווייס הי"ו.
ב"ר יוסף פנחס קעניגסבערג הי"ו.
נאכן דאווענען האט דער רבי פארגעלערנט א תהילים שיעור אויף קאפיטל כ"ד פסוק א'.
דערנאך איז פארגעקומען א לחיים מיט די בר מצוה בחורים בהיכל הביהמ"ד.
דערנאך איז דער רבי אראפ אויפן ערשטן שטאק ווי עס איז פארגעקומען די קביעות מזוזה פארן נייעם צוגעבויעטן חלק וואס מען האט צוגעבויעט צו קענען אקאמאנדירן די ריבוי התלמידים,
דער רבי האט קובע געווען א מזוזה,
דערנאך איז פארגעקומען א מסיבת לחיים, עס האט זיך פארמירט א שיינע שמועס בהלכות מזוזה און דער רבי האט אנגעוואונטשן ברכת קדשו פארן מנהל הרה"ג ר' מרדכי אהרן זאבעל שליט"א און פאר די תלמידי הישיבה.
נאכמיטאג איז דער רבי ארויף אין ישיבה סניף דברי יואל ווי דער רבי האט געלערנט מיט א חברותא בחדרו הפרטי.
ארום 5:10 האט דער רבי געדאווענט מנחה אין ישיבה.
פארנאכטס איז דער רבי אריינגעפארן קיין וומ"ס צו די וועכענטליכע זמני כניסה.
ביים אנקומען אין וומ"ס האט דער רבי צום ערשט מנחם אבל געווען הרה"ח ר' סנדר גאלדבערגער הי"ו היושב ע"פ אשתו ע"ה.
זמני כניסה איז געווען פון 8:30 ביז 12:30 אויפדערנאכט בביתו נאוה קודש אויף היוז סט.
בעת די זמני כניסה איז אריין בקודש פנימה הגה"צ ר' שלום ראטה שליט"א - אב"ד אויסטריק אינאיינעם מיט גיסו הגה"צ דומ"ץ דקהלתינו הק' ב"פ שליט"א ווי עס איז פארגעקומען די כתיבת האותיות פאר די ספר תורה וואס ווערט געשריבן דורך מתפללי ביהמ"ד אויסטריק אין וומ"ס לע"נ אביו הגה"צ גאב"ד קארלסבורג זצ"ל,
דער רבי האט אריינגעשריבן עטליכע אותיות אינעם ספר תורה, עס האט זיך פארמירט א שיינע שמועס און דער רבי האט געמאכט א לחיים און אנגעוואונטשן ברכת קדשו.
אויך זענען אריין בקודש פנימה הרה"ג ר' הערשל ראטענבערג שליט"א - רב דחסידי גור בארה"ב, אינאיינעם מיט הרה"ג ר' ישראל משה אלעווסקי שליט"א - ראש ישיבת גור בארה"ב בשליחות פון כ"ק אדמו"ר מגור שליט"א מקבל זיין ברכות הקודש לרגל די חתונה פון אן אייניקל ביי האדמו"ר מגור שליט"א,
עס האט זיך פארצויגן א שיינע שמועס און דער רבי האט אנגעוואונטשן ברכת קדשו.
אויך איז אריין בקודש פנימה הרה"ג ר' אליעזר הערש הורוויץ שליט"א בן הגה"צ אב"ד ור"מ דקהלתינו הק' מאנטשעסטער שליט"א וחתן כ"ק אדמו"ר מבית יצחק דספינקא שליט"א מקבל זיין ברכת הקודש לרגל שמחת נשואי בנו למז"ט וועלכע קומט פאר קומענדיגע וואך אין לאנדאן, און דער רבי האט אנגעוואונטשן ברכת קדשו.
אזוי אויך זענען אריין בקודש פנימה הנהלת ביהמ"ד ברך משה וומ"ס אין שפיץ פון רבני ביהמ"ד הגה"צ ר' נפתלי הירצקא צוויבל שליט"א - רב הביהמ"ד, און הרה"ג ר' משה ראזענפעלד שליט"א - דומ"ץ הביהמ"ד, ווי זיי האבן אריבערגעברענגט 350 קבלות טובות פון אנ"ש מתפללי הביהמ"ד וועלכע האבן זיך מקבל געווען קבלות טובות בעניני טעכנאלאגיע ותפילה,
דער רבי האט אויסגעשמועסט די פרטים פונעם קאמפיין וועלכע האט זיך אנגעהויבן נאך א דרשת התעוררות פון הגה"צ אב"ד ור"מ שליט"א ליל שב"ק חיי שרה פאר קבלת שבת, און דער רבי ארויסגעברענגט די חשיבות פון די קבלות טובות און ווארעם אנגעוואונטשן ברכות לרוב פאר אלע מתפללי הביהמ"ד.
דער רבי האט געדאווענט מעריב ארום 11:30 און נאך מעריב ממשיך געווען אויפצונעמען דעם ציבור.
~🌴~