באריכט פון די געהויבענע "צווייטע טעג סוכות" תשפ"ז בצל הקודש פון כ"ק מרן רבינו שליט"א אין קרית מלך רב - קרית…
באריכטן ·
🌴בצל הקודש🌴
=באריכט פון די געהויבענע "צווייטע טעג סוכות" תשפ"ז בצל הקודש פון כ"ק מרן רבינו שליט"א אין קרית מלך רב - קרית יואל, אינאיינעם מיט אלופי אלפי אנשי שלומינו פון איבער דער גארער וועלט=
=ליל הושענא רבה - אושפיזא דדוד מלכא משיחא=
צווישן מנחה און מעריב זענען אריין לברך ולהתברך הונדערטער אויסלענדישע געסט וועלכע זענען געקומען אויף יו"ט בצל הקודש.
פאר מעריב האט דער רבי אנגעצינדן בחדרו הפרטי די געזונטע לעכט פון יום כיפור,
דער רבי האט געדאווענט מעריב ארום 9:20.
נאך מעריב איז די גאנצע אנוועזנדע ציבור אריבער זיך בענטשן לכבוד הושענא רבה.
אום 10:00 אזייגער איז רבינו שליט"א אריינגעקומען אין ביהמ"ד הגדול צו קריאת משנה תורה אנגעטוהן מיט א ווייסע קאפטן און א ווייסע גארטל, דער רבי האט געזאגט די תפילה פארן ליינען,
בעל קורא איז געווען הרה"ח ר' שלום יוסף סאמעט הי"ו.
מען האט געענדיגט ארום 11:40.
נאך עטליכע מינוט איז דער רבי אריינגעקומען צום עריכת שלחן הטהור לכבוד הושענא רבה ואושפיזא דדוד מלכא משיחא בסוכה הגדולה שע"י ביהמ"ד הגדול.
דער רבי האט געזאגט די סדר אושפוזין, און זיך געוואשן,
ביי לחיים האט דער רבי געוואונטשן 'א גוט געבענטשט יאר',
במשך פונעם טיש האט מען געזינגען ניגוני התעוררות וניגוני ימים נוראים,
מען האט אויפגעגעבן די מאכלים ווי יו''ט,
די בעלי אושפיזין האבן געשטעלט וויין, און נאך די פלייש האבן די בעלי אושפיזין אויפגעגעבן קוגלען און דער רבי האט פארטיילט שיריים פאר די בעלי אושפיזין,
מיט די שיר המעלות האט דער רבי מכבד געווען:
הרה"ג ר' דוד גרינפעלד שליט"א - מו"ץ.
הרה"ג ר' דוד פערל שליט"א.
הרה''ח ר' שמואל דוד מארקאוויטש הי''ו - וומ''ס.
דערנאך האט דער רבי געזאגט תורה אויפן פסוק קויתי ה' קותה נפשי און ארויסגעברענגט א מליצה ישרה אויף דעם וואס די זוהר הק' רעדט זיך אפ אז מען איז מתפלל ראש השנה פאר צרכי פרטי און נישט פאר קיין צרכי גבוה, האט דער רבי געזאגט אז מען פסק'נט אז מען טאר נישט מקריב זיין קיין נדרים ונדבות אום יו"ט טראץ מען גייט עסן דערפון אבער וויבאלד א חלק גייט פארן מזבח הייסט עס א קרבן און עס הייסט נישט קיין לכם במילא איז עס אסור,
האט דער רבי געזאגט אז ווען א איד איז מתפלל אויף געלט, געזונט וכו' איז עס נישט נאר צרכי הדיוט, מען דארף האבן געלט צו קויפן מצות, ד' מינים וכו', מען דארף זיין געזונט צו קענען קומען אין ביהמ"ד וכו' במילא טראץ עס איז צרכי פרטי אבער וויבאלד עס האט אין זיך א חלק פאר צרכי גבוה מעג מען דערויף מתפלל זיין, און דער רבי האט אויסגעפירט מיט א קול בכי אז צרכי עמך ישראל מרובים אידן בעטן זיך ביי הקב"ה אויף אלע סארטן ישועות איז עס אבער הושענא למענך אלקינו עס איז לצרכי גבוה, און דער רבי האט מסיים געווען מיט ברכות לרוב.
ברכת המזון: חדב"ן הגה"צ רב דביהמ"ד אהל פיגא שליט"א.
מען האט געענדיגט ארום 1:20.
נאכ'ן טיש איז דער רבי אריינגעקומען צו אמירת ספר תהלים ברוב עם אין ביהמ"ד הגדול.
בעל תפילה איז געווען הרה"ח ר' אשר יעקב עקשטיין הי"ו.
מען האט געזאגט די יהי"ר און קדיש נאך יעדע ספר,
מען האט געענדיגט תהילים ארום 3:15, און דער רבי איז אהיים לביתו נאוה קודש.
=יום הושענא רבה - ערב שב"ק=
ארום 11:15 איז דער רבי אריינגעקומען צו תפילת שחרית אין ביהמ"ד הגדול, מעוטף מיט'ן טלית, קיטל, קאפל און וועסטל פון רביה"ק בעל דברי יואל זי"ע און אינטער דעם די ווייסע סטראקעס בעקיטשע,
פארן דאווענען איז פארגעקומען די ברית לבן הנולד אצל ר' יוסף אשר פעלבערבוים הי"ו ווי דער רבי איז געווען סנדק.
דער רבי איז צוגעגאנגען צום עמוד צו פסוקי דזמרה און שחרית, און פארגעזאגט הלל הגדול און די שירה פסוק בפסוק,
ביי הלל האט דער רבי אויסגעלאזט אלע קאפיטלעך פון אנהייב אזוי ווי יו"ט,
דער רבי האט אפגעראכטן די עבודת הקודש פון די נענועים ביי הלל מיט גרויס ברען און דביקות,
נאך הלל האט דער רבי אראפגענומען די רינגעלעך פונעם לולב.
דער רבי האט אנגעהויבן די פלאם פייערדיגע 'הושענא רבה דרשה' ארום 1:55, דער רבי האט משמיע געווען דברות קודש זיבן מאל ביז הושענא למען גדלך ותפארתך,
דער רבי האט כנהוג אנגעהויבן מיט בכיות נוראות מיט די באקאנטע משל פונעם הייליגן ייטב לב זי"ע, אז הושענא רבה איז די לעצטע טאג וואס דער מלך איז אין שטאט, מען קען נאך צוקומען צום מלך, אבער די בושה איז זייער גרויס, 'אי מלכא אנא עד השתא אמאי לא אתית לגבאי', אבער אז מען זאגט מען מיינט די טובה פונעם מלך פרעגט מען נישט קיין קשיות, דערפאר זאגט מען למענך אלוקינו אז מען מיינט די טובה פונעם מלך,
און דער רבי האט אויסגעפירט מיט בכיות עצומות אז צרכי עמך ישראל מרובים און מען שטייט יעצט אין די לעצטע מינוטן פון יו"ט סוכות מיט די ד' מינים אין די האנט און מען קען זיך נאך אויסבעטן אלעס גוטס פון הקב"ה.
"הושענא למענך אלוקינו"
ווען א מענטש טוט תשובה אין די אינגע יארן ווען עס איז נאך שווער זיך צו קריגן מיטן יצר הרע דעמאלטס אפילו מען טוט נאר תשובה מיראה ווערן זיינע עבירות זכיות, משא"כ אין די עלטערע יארן פעלט זיך אויס תשובה מאהבה אז די זדונות זאלן ווערן זכיות,
האט דער רבי געזאגט אז הקב"ה איז א משנה עתים ומחליף את הזמנים און הקב"ה ברוב רחמיו וחסדיו ברענגט די אינגע יארן ווען מען איז שוין באמת אלט און אזוי ווערט אפילו אין די עלטערע יארן די תשובה מיראה גערעכנט אלץ א תשובה מאהבה,
און דאס איז אויך די כוונה פון די ד' מינים, מען שאקלט אויף די ד' רוחות העולם צו ווייזן אז הקב"ה איז א מוליך ומביא, הקב"ה ברענגט צוריק די פריעדיגע זמנים,
אזוי אויך יעצט ווען מען שטייט אין הושענא רבה די לעצטע טאג וואס דער מלך איז אין שטאט ברענגט הקב"ה אהער די ימי חודש אלול ועשרת ימי תשובה און עס קומט אויס אז עס איז נישט די לעצטע טאג און די תשובה איז יא בזמנה.
"הושענא למענך בוראינו"
ווען הקב"ה קוקט אויף כלל ישראל ברענגט עס א ברכה, בשעת בריאת העולם האט הקב"ה געקוקט אויף אלע דורות עד היום הזה און די ראי' איז גורם אז מען זאל היינט צוטאגס קענען נתעורר ווערן צו תשובה, און פארדעם איז מען מתפלל הושענא למענך בוראינו אז הקב"ה זאל אונז אנקוקן נאכאמאל און אזוי קענען נתעורר ווערן צו תשובה און זוכה זיין צו השקיפה ממעון קדשך וברך את עמך ישראל.
"הושענא למענך גואלינו"
הקב"ה איז קונה כלל ישראל מיט קנין משיכה, עס איז דא צוויי אופנים פון קנין משיכה אדער דורך קורא לה והיא בא אדער דורך הכישה במקל, ביי גאולת מצרים האט הקב"ה געמאכט קורא לה והיא בא, און דאס איז מען מתפלל הושענא למענך גואלינו אז הקב"ה זאל היינט אויך מאכן קורא לה והיא בא און נישט ח"ו קיין הכישה במקל.
"הושענא למענך דורשינו"
הקב"ה איז א שומר משמרתה של תורה במילא איז הקב"ה מחיוב מיט די מצוה פון טעינה ופריקה און ווען הקב"ה זעט אז א איד מיטשעט זיך צו זיין ערליך דארף אים הקב"ה צוהעלפן,
אבער די הלכה איז א א זקן ואינו לפי כבודו איז פטור אבער חז"ל לערנען ארויס פון די פסוק 'את המעשה אשר יעשון' אז מען דארף זיך פירן לפנים משורת הדין, און דאס איז מען מתפלל הושענא למענך דורשינו אז הקב"ה זאל דרש'נען די דרשת חז"ל און זיך פירן לפנים משורת הדין און מקיים זיין מצות פריקה וטעינה מיט כלל ישראל.
"הושענא למען אמיתך"
צדיקים האבן א כח פון איבערדרייען ווערטער און מאכן פון צרה צו צוהר' פון מחלה צו הלחם, פון פשע צו שפע, וכו', און דאס קען מען דורך די כח פון די תורה הק', די תורה ווערט אנגערופן אמת, און דאס איז מען מתפלל הושענא למענך אמיתך אז מען זאל קענען דורך די תורה הק' איבערצודרייען פון שלעכטס צו גוטס און משפיע זיין כל טוב.
"הושענא למען בריתך"
טראץ א מעסער איז געווענטליך עפעס וואס צושניידט א זאך אויף צוויי, איז אבער די מעסער פון א ברית מילה פונקט פארקערט עס איז מדבק כלל ישראל צו הקב"ה און עס ברענגט אראפ כל מיני השפעות, און דאס איז מען מתפלל הושענא למען בריתך אז דורך מצות ברית מילה זאל הקב"ה אונז משפיע זיין כל מיני ישועות.
"הושענא למען גדלך ותפארתך"
ווען מען טוט תשובה דארף עס זיין באותו מקום, ווען כלל ישראל האט תשובה געטוהן פאר מתן תורה האט הקב"ה געברענגט ארץ מצרים צו כלל ישראל און אזוי האט כלל ישראל נישט געדארף צוריקגיין קיין מצרים צו קענען טוהן תשובה בשלימות,
די כח קומט דורך די ד' מינים וואס ברענגט אראפ די השפעה פון מוליך ומביא אז הקב"ה זאל ברענגן די פלעצער ווי מען האט געזינדיגט צו די מענטש און מען זאל נישט דארפן צוריקגיין צו די אלע שלעכטע פלעצער ווען מען וויל תשובה טוהן,
דער רבי האט פארענדיגט מיט ברכות לרוב אז הקב"ה זאל זיין א מוליך ומביא און אראפברענגען אלע ישועות והשפעות וואס מען דארף האבן, די מחסורו אשר יחסר לו.
ארום 2:55 האט דער רבי געענדיגט די דרשה, און ממשיך געווען מיט די הושענות און די זיבן הקפות, צווישן די הקפות האט הגה"צ אב"ד ור"מ וומ"ס שליט"א געבלאזן די תקיעות תשר"ק, און נאך קדיש תתקבל האט דער רבי געקלאפט די הושענות 5 מאל און געזאגט דעם יהי רצון.
ביים ליינען איז מכובד געווארן,
הוצאה והכנסה: הרה''ג ר' אהרן מנחם עסטרייכער שליט''א - מו"ץ בקהלתינו הק' לאנדאן.
מען האט געזאגט אתה הראית מיט די י"ג מדות און רבוש"ע און שיר למעלות פון עשי"ת,
שמע ישראל: הרה''ח ר' צבי עקיבא ברייטשטיין הי''ו - בית שמש.
בעל קורא: הרה''ח ר' יעקב אייזנבאך הי"ו - לאנדאן.
עס האבן עולה געווען:
כהן: הר''ר יואל מייזליש שליט"א - וויען.
לוי: הר"ר יודל וואזנער שליט"א - מאנטשעסטער, און האט גומל געבענטשט און מוציא געווען הונדערטער פרישע געסט אנ"ש.
שלישי: הר"ר אליעזר אייכנשטיין שליט"א - ירושלים.
רביעי: רבינו שליט"א.
הגבה: הרה''ח ר' יעקב הערש טייטלבוים הי''ו - לעיקוואד.
גלילה: הר''ר יושע קליין שליט''א - ירושלים.
מוסף האט געדאווענט פאר'ן עמוד הרב חיים בהגה"צ רבי אברהם מאיר האלבערשטאם שליט''א - ב''פ.
די כהנים האבן גע'דוכנ'ט, מען האט נישט געזאגט רבוש"ע,
תיכף נאך מוסף האט מען געדאווענט מנחה, בעל תפילה: הרה"ג ר' אשר חיים ווייזער שליט"א - מו"ץ בקהלתינו הק' ב"פ.
מען האט געענדיגט ארום 4:50.
דער רבי האט זיך געוואשן צום סעודה אינעם סוכה בביתו נאוה קודש,
מיטן בענטשן האט דער רבי מכבד געווען נכדו הרב דוד טייטלבוים שליט"א - ב''פ, בן הגה"צ רב דביהמ"ד ישראל שלום שליט''א.
~🌴~
=ליל שמיני עצרת=
ארום 8:50 איז דער רבי אריינגעקומען אין ביהמ"ד הגדול מעוטף בטלית שאולה צו מעריב והקפות.
צו קבלת שבת ומערבית איז צוגעגאנגען הגה"צ רבי משה פריעדמאן שליט"א - דומ"ץ דקהלתינו הק' ב"פ.
ארום 9:30 האט דער רבי אנגעהויבן אתה הראת בהתלהבות אש קודש.
פתיחת הארון: הרה"ח ר' יצחק שווארטץ הי''ו - וומ"ס.
"מגדל עוז שם ה' בו ירוץ צדיק ונשגב"
דער רבי איז ארויף אויפן בימה, און געזאגט די לשם יחוד און למנצח, ארום 9:45 האט מען אנגעהויבן צו טאנצן די הקדמה צו די הקפות.
מען האט אנגעהויבן די ערשטע הקפה ארום 11:15, ווי דער רבי האט געטאנצען די ריקודין של מצוה בשמחת התורה, בהתלהבות ורשפי אש קודש,
צוליב די שפעטע שעה האט דער רבי געטאנצן די זעקסטע און זיבעטע הקפה נאר אויפן בימה,
במשך יו"ט ביי אלע הקפות וואס דער רבי האט געטאנצן אויפן בימה זענען ארויפגעקומען אויפן בימה הגה''צ רב דביהמ''ד 15'טע עוו. שליט"א און בני רבינו שליט''א ווען דער רבי האט מקיף געווען די בימה בשעת אמירת הקפות,
ביי די זיבעטע הקפה זענען די געסט פון ארה"ק מכובד געווארן מיט א ספר תורה.
נאך די הקפות ארום 1:05 האט מען געזאגט מזמור לדוד און עלינו, און דער רבי האט געוואונטשען 'א גוט שבת און א גוט יו"ט' בצהלות פניו פארן גאנצן ציבור.
ארום 2:15 איז דער רבי אריינגעקומען צום שלחן הטהור אינטן אינעם זאל בביתו נאוה קודש.
ביים אריינקומען האט זיך דער רבי אראפגעזעצט און פארציילט פאר א לענגערע צייט זכרונות פון די תפילות און טישן ביי רביה"ק בעל דברי יואל זי"ע פון שבתים און ימים טובים, און זכרונות פון יו"ט הושענה רבה און שמחת תורה.
ארום 2:40 האט דער רבי אנגעהויבן שלום עליכם און געזינגען ביז מלך תמים דרכו,
אשת חיל: נכד רבינו החתן יחזקאל שרגא טייטלבוים ני"ו בן הגה''צ רב דביהמ''ד ישראל שלום שליט''א.
הגבהת הכוס: הרה''ג רבי משה הורוויץ שליט''א - ב''פ, חתן הגה''צ רב דביהמ''ד 15'טע עוו. שליט''א.
מען האט געזינגען ניגוני תורה מיט גרויס שמחה.
מיט די זמירות האט דער רבי מכבד געווען,
כל מקדש: הר''ר יואל בהגה''צ רבי שמואל בנימין קרויס שליט''א - לאנדאן.
מנוחה ושמחה: הר''ר יואל ברי"ב שטערן שליט''א - וומ''ס.
דער רבי האט געזאגט תורה אויפן פסוק וביום השמיני עצרת תהיה לכם און ארויסגעברענגט אז ראש השנה און יום כיפור ווערט מכופר די פגם פון די עבירות און דורך ריקודין של שמחה אום שמיני עצרת ווערט מכופר די פגם אויף די צייט ווען מען טוט אן עבירה, און מען באקומט צוריק די מצוות וואס די חיצונים האבן אוועקגענומען.
קה אכסוף: הר''ר יוסף מאיר שמידמאן שליט''א - מאנסי.
מיט'ן בענטשען האט דער רבי מכבד געווען נכדו הרב דוד טייטלבוים שליט"א.
מען האט אויפגעגעבן פירות און דער רבי האט פארטיילט שיריים פאר די חתנים,
דערנאך איז פארגעקומען די שמחת השלום זכר פון בן הנולד אצל נכד רבינו הרב דוד טייטלבוים שליט''א,
דער רבי האט טועם געווען באנדלעך און ביר,
מען האט געזינגען ניגוני שמחה און ווארעם אנגעוואונטשן פארן בעל שמחה און פארן גאנצן ציבור,
אויך איז פארגעקומען די שלום זכר לבן הנולד אצל ר' יקותיאל מנשה ב"ר יואל ברא"ז פריעדמאן הי''ו.
אז ביום השביעי: הרה''ח ר' ישראל יאקאב הי''ו - ירושלים.
מען האט געענדיגט דעם טיש ארום 4:00 אזייגער.
=יום שמיני עצרת - שב"ק=
ארום 11:15 איז דער רבי אריינגעקומען צו תפילת שחרית,
פארן דאווענען איז פארגעקומען די ברית לבן הנולד אצל ר' משה יוסף פאללאק הי"ו ווי דער רבי איז געווען סנדק.
ברכות: הגה"צ רבי נפתלי הורוויץ שליט"א מראחוב לאנדאן.
פסוקי דזמרה: הגה"צ רבי מאיר צוויבל שליט"א - מרבני קהלתינו הק' וומ"ס.
דער רבי איז צוגעגאנגען צו תפילת שחרית ואמירת הלל.
ביים ליינען איז נתכבד געווארן:
הוצאה והכנסה: הרב חיים הערש בהרה"ג רבי סיני טייטלבוים שליט"א - ב"פ, און הרב זלמן לייב בהרה"ג רבי אהרן טייטלבוים שליט"א - וומ"ס, נכדי הגה"צ רב דביהמ"ד 15'טע עוו. שליט"א.
פסוקי שמע ישראל: הרה"ג ר' שלום טייטלבוים שליט"א - דומ"ץ קרית ויואל משה.
הולכת הס"ת לבימה: הר"ר יוסף בנימין שטערן שליט"א - ב"פ, און הרה"ח ר' ישראל יעקב פאללאק הי"ו - וומ"ס.
עס האבן עולה געווען:
כהן: הרה"ח ר' יואל שמעון רובין הי"ו - וומ"ס.
לוי: הגה"צ אב"ד ור"מ מאנסי שליט"א.
שלישי: הגה"צ רב דביהמ"ד 15'טע עוו. שליט"א.
רביעי: הגה"צ אב"ד ור"מ וומ"ס שליט"א.
חמישי: הרה"ח ר' יואל עפשטיין הי"ו.
שישי: רבינו שליט"א.
נאכן עולה זיין האט דער רבי קורא שם געווען לרגל הולדת הבת אצל,
ר' שמואל ב"ר אהרן הערש מיטטעלמאן הי"ו - ב''פ ,
ר' מענדל ב"ר יואל ברב"י ווייס הי"ו,
ר' יואל ב"ר יצחק טייטלבוים הי"ו,
ר' ישראל דוד ברז"ל קאפפעל הי"ו,
ר' יעקב ב"ר אברהם משה לאנדא הי"ו,
ר' יחיאל אלטר ב"ר אברהם משה טויב הי"ו.
שביעי: הרה''ח ר' נחום מרדכי וויינבערגער הי"ו - לאנדאן.
הגבה אויפן ערשטן ספר: הרה"ח ר' משה ארי' פריינד הי"ו - מראה"ק בלאנדאן.
גלילה: הרה"ח ר' מנחם יודא שלעזינגער הי"ו - וומ"ס.
מפטיר: הר"ר אברהם יואל לעפפלער שליט"א - וומ"ס.
הגבה אויפן צווייטן ספר: הרה"ח ר' מרדכי ווייס הי"ו - סיגעיט.
גלילה: הרה"ח ר' יוסף לייב כהנא הי"ו - וומ"ס.
נאכן ליינען האט מען געזאגט יזכור.
דערנאך איז דער רבי אריין לחדרו הפרטי ווי דער רבי האט אנגעטוהן דעם ווייסן סטראקעס בעקיטשע און קיטל, און דערנאך אריינגעקומען צו תפילת מוסף.
ארום 2:45 איז דער רבי צוגעגאנגען צום עמוד צו תפילת מוסף וגשם,
פאר שמו"ע האט דער משמש הרה"ח ר' יואל קויפמאן הי"ו אויסגערופן 'משיב הרוח ומוריד הגשם'.
פתיחה צו תפילת גשם איז נתכבד געווארן הרה"ח ר' יושע ווערצבערגער הי"ו.
דער רבי האט פארגעזאגט די פיוטים פון גשם מיט א שטארקע התעוררות,
צו קוה און אנעים זמירות האט דער רבי צוגעשיקט הרה"ח ר' יצחק עהרנפעלד הי"ו.
פתיחה ביי אנעים זמירות: הרה"ח ר' יעקב וויזעל הי"ו - וומ"ס.
מען האט געענדיגט דאווענען ארום 3:40.
נאך עטליכע מינוט איז דער רבי אריינגעקומען צום קידושא רבה אין די סוכה הגדולה כנהוג אום שמיני עצרת,
דער רבי האט קידוש געמאכט און טועם געווען פון די מזונות, נאנט, קינדל, און פיש,
מען האט געזינגען ניגוני יו"ט,
דער רבי האט געזאגט תורה אויפן פסוק חג הסוכות תעשה לך און ארויסגעברענגט אז די רמ"ח מצות עשה ברענגט אריין א חיות אין די רמ"ח איברים און די שס"ה מצות לא תעשה ברענגט אריין א כח אין די שס"ה גידים,
דער ישמח משה טייטשט אויף ה' רועי לא אחסר אז כדי הקב"ה זאל קענען משפיע זיין פרנסה פעלט זיך אויס אז מען זאל נישט זיין קיין מחוסר אבר,
ריקודים של שמחה ווען מען טאנצט מיט אלע רמ"ח איברים און אלע שס"ה גידים ברענגט דאס אריין א חיות און אלע איברים און גידים, פארדעם בענטשט מען גשם אום שמיני עצרת וויבאלד נאר נאכדעם וואס מען טאנצט ריקודים של שמחה קען הקב"ה משפיע זיין פרנסה פאר יעדן איינעם, און דער רבי האט מסיים געווען מיט ברכות לרוב מיט פרנסה בהרחבה גדולה פארן גאנצן ציבור.
מען האט געענדיגט ארום 4:00 אזייגער.
די מיטאג טיש האט דער רבי געפראוועט אינאיינעם מיט די בני המשפחה און אחיו הגה''צ רב דביהמ''ד 15'טע עוו. שליט''א ובני משפחתו אינעם סוכה בביתו נאוה קודש מיט א אפענעם שלאק,
מיט די זמירות האט דער רבי מכבד געווען משפחת אחיו הגה''צ שליט''א,
די פיוט: בנו הרה''ג ר' יואל טייטלבוים שליט''א - ב''פ,
ברוך ה' יום יום: חתנו הרה''ג ר' משה הורוויץ שליט''א,
ברוך קל עליון: נכדו הרב זלמן לייב בהרה''ג רבי אהרן טייטלבוים שליט''א.
דער רבי האט געזאגט תורה אויפן פסוק הגלה נא ופרוס חביבי עלי את סוכת שלומך און ארויסגעברענגט אז די שיעור פון א סוכה איז שתי דפנות פון שבעה טפחים ושלישית אפילו טפח, און שו"ע שטייט אז עס איז דא שבעה שמות שאינם נמחקים, די גמרא זאגט אז עס איז דא שבעה ספרים בתורה, כלל ישראל איז א גוי אחד בארץ, קומט אויס אז די ג' דפנות פון די סוכה איז אנטקעגן קוב"ה אורייתא וישראל,
און דאס איז מען מתפלל ופרוס חביבי עלי את סוכת שלומ"ך אן די דריטע וואנט איז די סוכה נישט כשר במילא מיז זיין תאיר ארץ מכבודך און הקב"ה מוז זיך מקשר זיין צו כלל ישראל.
מיטן בענטשן האט דער רבי מכבד געווען אחיו הגה"צ שליט"א.
ארום 6:45 איז דער רבי אריינגעקומען אין ביהמ"ד הגדול צו תפילת מנחה.
בעל תפילה: הר''ר מאיר מרגליות שליט''א - מאנסי.
פתיחה: הר''ר ישעי' גראס שליט''א - וומ''ס.
בעל קורא: הרה''ח ר' יעקב שטערן הי''ו - וומ''ס.
כהן: הרה''ח ר' יואל ברז"ל גליק הי''ו - וומ''ס.
לוי: הר''ר ישראל יודא ווערצבערגער שליט''א.
שלישי: הרה''ח ר' אביגדור פרענקל הי''ו - וומ''ס.
דער רבי איז געגאנגען הגבה,
גלילה: הרה''ח ר' אברהם ווייסמאן הי''ו - ב''פ.
נאך מנחה איז דער רבי אריבער צום סוכה הגדולה צו שלו''ס און געזעגענען פון די סוכה,
דער רבי האט זיך געוואשן און נאך די פיש האט דער רבי טועם געווען פון די עפל,
הרה''ח ר' יואל קויפמאן הי''ו - משמש האט אנגעגאסן די בעכער פארן רבי'ן, און דער רבי האט אנגעוואונטשן פאר די חברה קדישא און פארן גאנצן ציבור,
מיט אודה האט דער רבי מכבד געווען הרה''ח ר' מרדכי לאנדא הי''ו.
שיר המעלות: הרה''ח ר' משה גאלדשטיין הי''ו.
דער רבי האט געזאגט תורה אויף הגלה נא ופרוס חביבי עלי און ארויסגעברענגט אז מצות סוכה ווערט אנגערופן א מצוה קלה, לכאורה פארוואס? נאר מען זעט ביי טיטוס הרשע אז הקב"ה האט געזאגט בריה קלה יש לי, זאגט די גמרא ולמה נקראת בריה קלה ווייל עס גייט אריין און גייט נישט ארויס,
האט דער רבי געזאגט אז די זעלבע איז מיט מצות סוכה מען גייט אריין אין די סוכה אבער מען גייט נישט ארויס, די קדושה פון מצות סוכה בלייבט אין א מענטש און מען נעמט דאס מיט אויף א גאנץ יאר, און דאס איז טייטש הגלה נא ופרוס חביבי עלי את סוכת שלומך מען שפרייט אויס אויף זיך מצות סוכה און עס בלייבט תאיר ארץ מכבודך אויף א גאנץ יאר, און דער רבי האט מסיים געווען מיט ברכות לרוב מען זאל קענען מיטנעמען מיט זיך מצות סוכה און די השפעות פון מצות סוכה אויף א גאנץ יאר.
ידיד נפש: הרה''ח ר' יודל ווערצבערגער הי''ו - וומ''ס.
קל מסתתר: הרה''ג ר' נפתלי הירצקא צוויבל שליט''א - ראה"כ וומ''ס.
דער רבי האט געבענטשט אויפן כוס.
מען האט ממשיך געווען צו זינגען הגלה נא, און דערנאך האט דער רבי געווארפן עפל כמנהג אביו רביה"ק בעל ברך משה זי"ע ולמעלה בקודש,
דערנאך האט דער רבי געזאגט די יהי רצון ליציאה מהסוכה און זיך אויפגעשטעלט און פארגעזאגט דריי מאל לשנה הבאה בירושלים, און דערנאך זיך ארויסגעלאזט אין א פייערדיגע טאנץ בשמחה של מצוה און ארויסגעטאנצן פון די סוכה און אריינגעטאנצן אין ביהמ"ד זיך אנכאפענדיג אין אחיו הגה"צ רב דבית מדרשינו 15'טע עוו. שליט"א און הגה"צ אב"ד ור"מ מאנסי שליט"א, און ארומגעטאנצן אין ביהמ"ד עטליכע מאל,
דערנאך האט זיך דער רבי אראפגעזעצט אויפן פלאץ און מען האט ממשיך געווען צו זינגען פאר עטליכע מינוט, מען האט געענדיגט ארום 8:25, דער רבי האט געוואונטשן א גוט יו"ט און אהיים לביתו נאוה קודש.
~🌴~
=ליל שמחת תורה=
ארום 12:30 איז דער רבי אריינגעקומען אין ביהמ"ד צו מעריב.
בעל תפילה: הרה"ח ר' יעקב יוסף פילעפף הי"ו.
נאך מעריב איז דער רבי געגאנגען אין מקוה און דערנאך אריין לחדרו הפרטי.
ארום 1:40 איז דער רבי אריין געקומען צו די געהויבענע הקפות מעוטף בטלית שאולה, און אנגעהויבן אתה הראת.
מיט פתיחת הארון איז נתכבד געווארן הרה"ח ר' יעקב הערש היימאן הי"ו - וומ''ס.
ארום 1:55 האט מען אנגעהויבן טאנצן די הקדמה, ווי דער רבי האט געטאנצען די ריקודין של מצוה בשמחת התורה, בהתלהבות ורשפי אש קודש,
מען האט געענדיגט די הקדמה ארום 4:20.
דער רבי האט משמיע געווען דברות קודש פינף מאל.
א) "ידיד נפש וכו' משוך עבדך אל רצונך ירוץ עבדך כמו איל"
רביה"ק בעל דברי יואל זי"ע זאגט אז די סיבה פארוואס מען טאנצט שמחת תורה איז וויבאלד מען וויל נקנה ווערן צו הקב"ה מיט קנין הגבהה,
אין גמרא איז א מחלוקה צו א עבד כנעני ווערט נקנה בהגבהה, רבי שמעון האלט אז יא און רבי יהודה האלט אז נישט, און מען פסק'נט ווי רבי יהודה אז נישט,
דער תפארת שלמה זאגט אז די סיבה פארוואס מען פסק'נט נישט ווי רבי שמעון איז וויבאלד אונז זעמיר אים נישט משיג, אבער לעתיד וועט מען יא פסק'נען ווי רבי שמעון,
דער ייטב לב זאגט אז שמיני עצרת איז א יו"ט ע"ש העתיד, במילא שמיני עצרת נעמט מען יא אן ווי רבי שמעון און פארדעם טאנצט מען די ריקודים של שמחה צו קענען נקנה ווערן צו הקב"ה מיט קנין הגבהה, און דער רבי האט אויסגעפירט מיט א תפילה צו הקב"ה אז עס זאל זיין ירוץ עבדך כמו איל און מען זאל קענען טאנצן די הקפות כדבעי און אזוי נקנה ווערן צו הקב"ה.
ב) "הדור נאה"
וידבר משה א'ת מ'ועדי ה' א'ל ב'ני י'שראל, די ר"ת איז אב"י אמ"י,
משה רבינו האט מתקן געווען יו"ט שני של גליות און די סיבה פארוואס מען האלט עס היינט צוטאגט טראץ מען איז בקוי בקביע דירחא איז צוליב מסורת אבות און אין דעם זכות קען מען מבטל זיין גזירות רעות,
ביי די הקפות טרייבט מען ארויס די צדיקים פון גן עדן וויבאלד אויף יענע וועלט איז נישט דא קיין יו"ט שני,
האט דער רבי אויסגעפירט אז די אבות ואמהות און די צדיקים אבותינו ורבותיה"ק זי"ע געפינען זיך דא יעצט ביי די הקפות און מען קען זיך אויסבעטן פון זיי אלעס וואס מען דארף.
ג) "הגלה נא ופרוס חביבי עלי את סוכת שלומך"
לכאורה וויאזוי ניצט תשובה נראה ונדחה אינו חוזר ונראה? נאר אפילו למאן דאמר אז א בעל חי ווערט אויך נדחה איז אבער א מענטש וואס גייט אויפשטיין צו תחית המתים האט ער גאר א שטארקע חיות און ער ווערט נישט נדחה,
לכאורה וויאזוי קען הקב"ה מאכן תחית המתים הקב"ה איז דאך א כהן? נאר כלל ישראל האט א דין בנים למקום און כהן מטמא לבנו,
פון מצות סוכה איז א ראי' אז כלל ישראל האט א דין בנים למקום,
אין ראשית חכמה שטייט מען דארף תשובה טוהן מיט די אבר מיט וואס מען האט געזינדיגט, ווען מען איז חוטא בעניני קדושה איז עס פוגם אין אלע איברים, אבער מיט די ריקודים של שמחה שמחת תורה בכל גופו ובכל איבריו קען מען מתקן זיין אלע איברים, במילא נאך סוכות ווען עס איז א ראי' אז מען האט א דין בנים למקום און מען גייט אויפשטיין צו תחית המתים און נאר פארדעם ניצט תשובה, טאנצט מען שמחת תורה צו מתקן זיין אלע איברים.
ד) "בראשית תורתך הקדומה"
ווען א מענטש טוט תשובה נעמט הקב"ה זיינע עבירות און ווארפט עס אריין אין זיינע מצות און עס ווערט בטל, אבער לכאורה ווען א מענטש זינדיגט כאפן די חיצונים אוועק זיינע מצוות און עס איז נישט דא ווי צו מבטל זיין זיינע עבירות ווען ער טוט תשובה? נאר הקב"ה איז א שומר משמרתה של תורה און ווען א מענטש טוט תשובה איז הקב"ה מקיים מצות השבת אבידה און ברענגט אים צוריק זיינע מצות און אזוי איז מען נאכדעם מבטל די עבירות,
אבער לכאורה איז הקב"ה א זקן ואינו לפי כבודו און איז פטור פון השבת אבידה? נאר הקב"ה פירט זיך לפנים משורת הדין און איז יא מקיים מצות השבת אבידה,
דער בעש"ט טייטשט אויף ה' צלך אז הקב"ה פירט זיך צו א מענטש ווי א שאטן און אויב די מענטש טוט לפנים משורת הדין פירט זיך הקב"ה אויך מיט אים לפנים משורת הדין,
האט דער רבי געזאגט אז טאנצן הקפות איז נישט קיין הלכה נאר א מנהג ישראל און טאנצן שעות ארוכות איז זיכער לפנים משורת הדין און אין דעם זכות וועט הקב"ה זיך פירן מיט אונז לפנים משורת הדין און מקיים זיין מצות השבת אבידה און צוריקברענגן די מצות צו קענען מבטל זיין די עבירות.
ה)"פאר די צווייטע הקפה - הקל הגדול וגו' אלקי אברהם זכור לעבדך"
דער ייטב לב זאגט אז מען זאגט ביי נקדישך כנועם שיח סוד שרפי קודש, ווי קומען דא די מלאכים אריין? נאר ווען א מענטש הייבט אן זאגן קדושה טראכט ער צו זיך אז ווער בין איך צו זאגן קדושה פאר הקב"ה? זאל ער אבער טראכטן אז אנטקעגן הקב"ה זענען דאך די מלאכים אויך גארנישט און אז די מלאכים קענען זאגן שירה און קדושה קענען מיר אויך זאגן,
די בחינה האט אברהם אבינו אונז אויסגעלערנט ווען ער האט מקרב געווען לאבינו שבשמים אלע עוברים ושבים און זיי אויסגעלערנט אז זיי זענען יא חשוב ביי הקב"ה צו קענען זאגן שירות ותשבחות.
צוליב די שפעטע שעה האט דער רבי געטאנצן אנגעהויבן פון די ערשטע הקפה נאר אויפן באלעמער און אפגעראכטן די ריקודין ביתר שאת מיט א געוואלדיגע התלהבות.
מען האט געענדיגט טאנצן די הקפות ארום 5:25.
דערנאך האט דער רבי פארגעזאגט די פסוקי יחוד און כתר בהתלהבות אש, און הרה"ח ר' יודל ווערצבערגער הי"ו האט ממשיך געווען מיט שמע ישראל, און האט געליינט וזאת הברכה,
עס האבן עולה געווען:
כהן: הרה''ח ר' אלי' שאול כ''ץ הי''ו - ב''פ.
לוי: הרה"ח ר' יוסף לעווי הי"ו - וומ''ס.
שלישי: רבינו שליט"א.
הגבה: הר''ר חיים ישראל קלאגסבאלד שליט''א - לאנדאן.
גלילה: ר' שמואל בענעדיקט הי"ו - מאנטשעסטער.
מען האט געענדיגט ארום 5:35, און דער רבי האט געוואונטשען א גוט יו"ט פאר'ן גאנצן ציבור בצהלות פניו.
דער רבי איז אריין לחדרו הפרטי אין ביהמ''ד הגדול און קידוש געמאכט און אפגעראכטן די סעודת יו"ט,
מיט די זמירות האט דער רבי מכבד געווען נכדו הרב דוד טייטלבוים שליט''א.
ברכת המזון: נכדו הרב ישראל דושינסקיא שליט"א - ב''פ.
ארום 6:40 איז דער רבי אהיים לביתו נאוה קודש.
=יום שמחת תורה=
ארום 11:40 איז דער רבי אריינגעקומען אין ביהמ"ד הגדול צו תפילת שחרית,
צו פסוקי דזמרה און שחרית איז צוגעגאנגען הר"ר חיים שלמה קרויס שליט"א.
ביי נשמת האט מען געזינגען די נוסחאות פון יו"ט, ימים נוראים און שבת, כנהוג.
ביי הויכע שמו"ע האט מען גע'דוכנ'ט, מ'האט געזאגט ותערב, און נישט געזאגט רבוש"ע,
צו אמירת הלל איז דער רבי צוגעגאנגען צום עמוד און פארגעדאווענט בהתלהבות אש,
מען האט געענדיגט ארום 1:25, און דער רבי איז אריין לחדרו הפרטי.
אום 2:10 איז דער רבי אריינגעקומען צו די הקפות, און אנגעהויבן אתה הראת.
פתיחת הארון: הרה"ח ר' משה יצחק שטערנליכט הי"ו - לאנדאן,
מען האט אנגעהויבן צו טאנצן ארום 2:25.
דער רבי האט משמיע געווען דברות קודש זיבן מאל,
א) "ידיד נפש אב הרחמן - ירוץ עבדך כמו איל"
דער חתם סופר זאגט אז שמחה של מצוה איז מכפר אויף די מעשה העגל ווי עס איז געווען ויקומו לצחק,
ביי די תוכחה שטייט תחת אשר לא עבדת את ה' אלקיך בשמחה זאגן די קדמונים אז די מוסר איז אז מען איז געווען בשמחה בשעת מען האט געזינדיגט,
האט דער רבי געזאגט אז שמחה של מצוה איז מכפר אויך אויף די עבירה אז מען איז געווען בשמחה בשעת'ן טוהן א עבירה,
ביי בריאת העולם האבן די מלאכים מקטרג געווען עתיד למיחטי קמך און אפילו מען קען תשובה טוהן איז עס אבער נאר אויף די עבירה און נישט אויפן זיין בשמחה, האט הקב"ה געענטפערט בראשית וואס איז ר"ת ר'צא א'לקים י'שמחו ב'יום ש'מחת ת'ורה און דורך די ריקודים של שמחה וועט עס נתכפר ווערן.
נאך אן אופן, ווען מען איז בשמחה בשעת מען מקיים זיין א מצוה וואס א זכר צו א נס איז עס נישט אזא חידוש, משא"כ שמיני עצרת וואס איז נישט א זכר צו א נס נאר מען פרייט זיך מיט די תורה און מען טאנצט שהבדלנו מן התועים דאס איז א גרויסע חידוש און הקב"ה האט א שטארקע הנאה דערפון.
ב) "הדור נאה וגו' אנא קל נא רפא נא לה"
אין נא אלא לשון בקשה, שמחת תורה איז אזוי הייליג אז עס איז מעלה אלע תפילות ובקשות פון א גאנץ יאר, פארדעם בעט מען אנא קל נא רפא נא לה אז אלע בקשות ורפואות זאלן ארויפגיין אין הימל,
דער הייליגער רבי ר' אלימלך זי"ע זאגט אויף 'מצות על מרורים יאכלוהו' אז א מצוה איז נישט בשלימות נאר אויב עס קומט אן שווער אדער עס קאסט געלט,
'אל תאכלו ממנו נא' נא איז טייטש האלב געבראטן דאס הייסט נישט בשלימות,
ליידער זענען אונזערע מצוות פון א גאנץ יאר נישט בשלימות, פארדעם בעט מען אנא קל נא רפא נ"א לה אז די אלע מצוות וואס זענען נישט בשלימות זאלן ווערן בשלימות דורך די קדושה פון שמחת תורה און ארויפגיין אין הימל.
ג) "הגלה נא ופרוס חביבי עלי את סוכת שלומך"
אין גמרא איז דא א מחלוקה צו בסוכות הושבתי את בני ישראל מיינט מען די ענני הכבוד אדער די סוכות ממש וואס די אידן האבן געבויעט ביים מלחמה האלטן מיט סיחון ועוג און מיט די מלכי כנען,
לכאורה פארוואס זאל נישט יעדער האלטן אז מצות סוכה איז א זכר צו די ענני הכבוד וואס דאס איז זיכער געווען א נס שלא כדרך הטבע משא"כ די סוכות ממש?
נאר רביה"ק בעל דברי יואל זי"ע זאגט אז ארויסצוגיין פון די ענני הכבוד ווי מען איז געווען באשיצט פון אלעם און גיין מלחמה האלטן די מלחמת מצוה איז געווען א גרויסע מסירות נפש, און פארדעם מאכט מען א זכר צו דעם צו לערנען פאר אלע דורות די חשיבות פון מסירות נפש,
האט דער רבי געזאגט אז די סוכות ממש וואס די אידן האבן געבויעט האט פארמאגט די זעלבע קדושה ווי די ענני הכבוד במילא איז עס נאך א גרעסערע חידוש און חשיבות ווי די ענני הכבוד וויבאלד גדולה מעשה צדיקים יותר ממעשה שמים וארץ, און פארדעם האט מען נישט געמאכט א זכר צו די נס פון די מן און די באר וואס איז געווען א נס כולו מן השמים משא"כ די סוכות וואס איז אויך געווען מעשה בידי אדם, און פארדעם האט מען געגעבן די תורה פאר כלל ישראל און נישט פאר די מלאכי השרת וויבאלד דאס איז א גרעסערע חשיבות ביי הקב"ה,
אזוי אויך איז די שמחה של מצוה בעולם הזה מער חשוב ווי די שמחה של מצוה בעולם הבא און פארדעם קומען די צדיקים אראפ פון גן עדן ביי די הקפות.
ד) "בראשית תורתך הקדומה רשומה חכמתך הסתומה"
ראש השנה שחל בשבת בלאזט מען נישט קיין שופר כתקנת חז"ל משום גזירה שמא יעבירנו, און אויב אזוי וויאזוי קען מען זאגן ביי די תפילות כי אתה שומ"ע קול שופר, בא"י שומ"ע קול תרועת עמך ישראל ברחמים?
רביה"ק בעל דברי יואל זי"ע זאגט אז די דברי נבואי אמת ודברי צדיקים זענען קיימים לעולמי עולמים,
האט דער רבי געזאגט אז די זעלבע איז מיט תקיעת שופר, הקב"ה נעמט די תקיעת שופר פון בזמן שביהמ"ק קיים און הערט עס היינט צוטאגס ראש השנה שחל בשבת און אזוי קען מען אויספועל'ן אלעס גוטס אפילו מען בלאזט נישט שופר בפועל,
די בני יששכר זאגט אז בראשית איז ר"ת ר'אש ש'נה י'תקעו ת'רועה ב'שופר א'יל, און אזוי אויך ר'צה א'לקים ת'שמרו י'ום ש'בת ב'ראשית אז מען זאל נישט בלאזן קיין שופר משום חשש חילול שבת, און דאס איז טייטש בראשית תורתך הקדומה רשומה חכמת"ך הסתומה תקיעת שופר איז א חכמה ואינו מלאכה, און אפילו עס איז 'מאין תמצא והיא נעלמה' ווען מען בלאזט נישט ר"ה שחל בשבת אבער דאך הערט עס הקב"ה פון די פריערדיגע דורות.
ה) פאר די צווייטע הקפה
ביום השמיני עצרת תהיה לכם זאגט די זוה"ק אז יעקב אבינו איז רישא לחדוותא וכל אושפוזין חדאן עמיה, לכאורה פארוואס פונקט יעקב אבינו?
אין גמרא שטייט אז ביי די נסיון פון יוסף הצדיק איז נראה לו דמות דיוקנו של אביו און דאס האט אים געראטעוועט, זאגט דער תפארת שלמה אז יעקב אבינו פארמאגט די כח צו ראטעווען יעדע איד פון א עבירה, און דאס איז טייטש השליך משמים ארץ תפארת ישראל אז הקב"ה האט אראפגעשיקט די כח פון יעקב אבינו צו העלפן אידן ניצל ווערן פון א עבירה,
האט דער רבי געזאגט אז הקב"ה שיקט אראפ יעקב אבינו שמחת תורה צו העלפן כלל ישראל זיך צו פרייען מיט די תורה הק' און פארדעם איז יעקב רישא לחדוותא.
ו) פאר די פערטע הקפה האט מען געזינגען עטליכע ניגוני תורה בהתעוררות רב ובבכיות, און דערנאך האט זיך דער רבי אויפגעשטעלט און געזאגט תורה,
ווען א מענטש לערנט די י"ג מידות שהתורה נדרשת בהן איז ער מיט דעם מעורר די י"ג מידות של רחמים, און דער רבי האט שטארק מעורר געווען אז מען שטייט יעצט פאר די פערטע הקפה - די הקפה פון משה רבינו איז יעצט די צייט זיך צו מקבל זיין קבלות טובות בעניני לימוד התורה יעדער לפי בחינתו, און יעדער דארף צו וויסן די חשיבות פון לימוד התורה און אז ווען א מענטש איז עוסק על המחיה ועל הכלכלה א גאנצן טאג און קומט אין ביהמ"ד בקביעות לערנען אפילו נאר איין שעה איז עס מער חשוב ביי הקב"ה ווי איינער וואס לערנט א גאנצן טאג, און מען קען מיט דעם מעורר די י"ג מידות של רחמים.
ז) פאר די זעקסטע הקפה,
ביום השמיני עצרת תהיה לכם טייטשט די תרגום כנישין תהא לכון מלשון איינזאמלען,
זאגן די ספרים הקדושים אז שמיני עצרת איז די צייט וואס מען איז מלקט כל מה שנתפזר שלא בקדושה,
דער עטרת ישועה זאגט אז מען קען נישט זיין באמת בשמחה נאר אויב מען איז בבחינת צדיק יסוד העולם, אור זרוע לצדיק און נאכדעם ולישרי לב שמחה,
פארדעם שמיני עצרת ווען מען איז מתקן אלעס וואס מען האט פוגם געווען קען מען זיך פרייען בשמחה של מצוה, און דער רבי האט שטארק מעורר געווען אז מען שטייט יעצט פאר די הייליגע זעקסטע הקפה - די הקפה פון יוסף הצדיק, יעדע איד האט עולה געווען היינט אין א ספר תורה, וויאזוי קען א פינגער וואס האט אנגערירט א טמא'נע כלי אנרירן א ספר תורה?!
דער רבי האט אויסגעפירט אז יעצט איז די ריכטיגע צייט זיך צו מקבל זיין קבלות טובות בעניני קדושה, מיט א חרטה גמורה אויפן עבר וקבלה טובה אויף להבא, און אזוי זיך קענען פרייען מיט א אמת'דיגע שמחה של מצוה, און דער רבי האט מסיים געווען בברכת קדשו.
מען האט געענדיגט די הקדמה אום 4:20.
צווישן די הקפות האט מען געזינגן די שטיקלעך פונעם הייליגן חרדים זי"ע אויף די נענועים ניגון בהתעוררות רב.
פון די צווייטע הקפה איז דער רבי געטאנצן נאר אויפן באלעמער צוליב די שפעטע שעה,
ביי די ערשטע הקפה זענען די געסט פון אייראפע מכובד געווארן מיט א ספר תורה,
ביי די פערטע הקפה זענען די מלמדים מכובד געווארן מיט א ספר תורה,
ביי די זיבעטע הקפה זענען נכדי רביה''ק בעל ברך משה זי''ע מכובד געווארן מיט א ספר תורה,
ביי די זעקסטע הקפה האט דער רבי געמאכט די נענועים מיטן ספר תורה כנהוג מיט גרויס דביקות און בכיות דקדושה.
ביי די שטיקל פון 'חזק מיחד עשר ספירות' האט דער רבי איבערגענומען זיין אייגענע ספר תורה, און געטאנצן מיט א ספעציעלע אש קודש וואס האט אריינגעשלעפט די גאנצע עולם אין א געוואלדיגע התלהבות און רגש דקדושה.
מען האט געענדיגט טאנצן די הקפות ארום 6:20, און דער רבי האט פארגעזאגט לדוד מזמור,
בעל קורא: הרה"ח ר' יודל ווערצבערגער הי"ו.
ביים לייענען האבן עולה געווען,
כהן: משב"ק הגה"ח ר' שמואל הכהן פריעדמאן שליט''א.
לוי: הרה"ח ר' יודל ווערצבערגער הי"ו.
שלישי: משב"ק הרה''ח ר' חיים שלמה פישער הי''ו
רביעי: משב"ק הרה"ח ר' שלמה זלמן שטיין הי"ו.
חמישי: רבינו שליט"א.
מען האט נאכאמאל איבערגעליינט די קריאה אלץ א הפסק צווישן די רביס עליות,
כהן: הרה"ח ר' יעקב בר"ש פריעדמאן הי"ו.
לוי: הרה"ח ר' שמחה ישראל אפפעל הי"ו.
שלישי: ר' מאיר מענדל ברח"ש פישער הי''ו.
רביעי: הב' המשב"ק שניאור זלמן עקשטיין ני"ו.
חמישי: הרה"ח ר' יואל ברא"ש שווארטץ הי"ו - וומ''ס.
מען האט געזאגט די נוסח פון ברשות און אויפגעריפן רבינו שליט"א צו חתן תורה,
דער רבי האט עולה געווען און אליינס געליינט די קריאה מיט א שטארקע התעוררות.
הגבה: הרה"ח ר' משה אהרן שטיינבערג הי"ו.
גלילה: הרה"ח ר' יואל ברמ"ב לאנדא הי''ו.
חתן בראשית האט עולה געווען הרה"ח ר' משה ארי' פריינד הי"ו, מען האט אויסגעשפרייט א טלית כנהוג.
הגבה: הרה"ח ר' יוסף ברמ"א פריינד הי''ו - לאנדאן.
גלילה: ר' יודל שטיין הי''ו - ב''פ.
מפטיר: הרה"ח ר' נפתלי הירצקא שטיין הי"ו.
הגבה: הרה"ח ר' יואל ברמ"א פריינד הי''ו - ב"ב.
גלילה: הרה''ח ר' שלום מיטטעלמאן הי''ו - ב''פ.
מוסף האט געדאווענט פאר'ן עמוד הרה"ח ר' אברהם משה לעבאוויטש הי"ו, מען האט משמח געווען כנהוג,
נאך מוסף האט מען געדאווענט מנחה,
בעל תפילה: הרה"ח ר' אברהם משה לעבאוויטש הי"ו.
מען האט געענדיגט 7:25, דער רבי האט תיכף געמאכט קידוש בחדרו הפרטי און זיך געוואשן צו די סעודה, דער רבי האט בוצע געווען אויף א לענגליכע ראזינקע חלה כנהוג, און אהיים לביתו נאוה קודש.
ארום 10:05 איז דער רבי אריינגעקומען צום נעילת החג טיש אין ביהמ"ד הגדול,
ביים אריינקומען האט דער רבי געטאנצן אויפן פלאץ פאר עטליכע מינוט,
דער רבי האט ממשיך געווען מיט די סעודת יו"ט, מען האט אויפגעגעבן קרויט.
מען האט מאריך געווען מיט מערערע ניגונים לכבוד יו"ט, אויך האט הר''ר הערשל קאהן שליט''א פארגעזינגען די ניגונים המיוחסים להרה"ק מ'בארדיטשוב זי"ע,
דער רבי האט געבענטשט על הכוס.
נאכן בענטשן האט דער רבי געזאגט ברוך המבדיל און משמיע געווען די דברות קודש אויפ'ן מייק,
דער רבי האט זיך געשטעלט אויפן פסוק 'ולכל המורא הגדול אשר עשה משה לעיני כל ישראל' און משלב געווען סוף התורה לתחילתה און ארויסגעברענגט אז די סיבה פארוואס משה רבינו איז נסתלק געווארן און איז נישט ארויף לעבעדיג אין הימל איז נאר כדי ער זאל ווייטער האבן א קשר מיט די עולם השפל, אזוי ווי עס שטייט אין חז"ל אז לעתיד לבא ווען משה רבינו וועט אויפשטיין צו תחית המתים וועט משה רבינו מיטנעמען אלע מתי חוץ לארץ מיט זיך,
האט דער רבי געזאגט אז דאס מיינט נישט נאר תחית המתים פון די גופים נאר בזמנינו אלה ווען א איד וויל טוהן תשובה איז עס בזכות פון די חיות דקדושה וואס משה רבינו ברענגט אריין אין די הערצער און דאס איז א בחינה פון תחית המתים פאר די נשמות,
האט דער רבי אויסגעפירט אז דאס אז אזויפיל טויזענטער אידן טאנצן שעות ארוכות און פרייען זיך מיט די תורה הק' דאס איז נישט די סדר העולם און איז נאר מיט די כח פון משה רבינו און אזוי ווייטער אלעס וואס אונז האמיר היינט צוטאגס איז אלעס מיט די כח הקדושה פון משה רבינו,
דער ייטב לב זאגט אז שמיני עצרת איז א יו"ט ע"ש העתיד, 'אין ישראל נגאלין אלא בתשובה' וויאזוי איז כלל ישראל זוכה צו תשובה? נאר מיט די כח הקדושה פון משה רבינו און דאס דערהאלט אונז עד ביאת הגואל, אונז זעמיר אלע תלמידים פון משה רבינו און זיינע כוחות און השפעות האט נישט קיין גבול און ער קען משפיע זיין סיי רוחניות און סיי גשמיות, און דער רבי האט מסיים געווען מיט ברכות לרוב פארן גאנצן ציבור.
מען האט ממשיך געווען מיט ניגוני יו"ט, דערנאך האט דער רבי פארגעלערנט די גמרא מסכת ברכות בבלי וירושלמי כנהוג און אריינגעטייטשט שיינע רמזים וענינים.
דער רבי האט זיך אויפגעשטעלט און געזאגט דריי מאל לשנה הבא בירושלים.
נאכ'ן געהויבענעם טיש האט דער רבי געדאווענט מעריב.
בעל תפילה: משב"ק הרה''ח ר' שלמה זלמן שטיין הי''ו.
נאך מעריב האט דער רבי געמאכט הבדלה.
נאך הבדלה איז דער רבי ארויסגעקומען צום 'מעמד ברכת הקודש' פארנט פון ביהמ"ד הגדול במעמד אלפי אנשי שלומינו,
מען האט געזינגען ניגוני שמחה, דערנאך האט דער רבי משמיע געווען די ברכת הקודש און ארויסגעברענגט אז 'בראשית ברא' בשביל התורה שנקרא ראשית, בראשית האט א בית רבתי, א בית רבתי איז טייטש א הויז וואס מען פירט זיך ע"פ תורה בכל ענינים אנשים נשים וטף יעדער מיט זיינע ענינים, מענער מיט תורה און די נשים מיט צניעות,
עס איז אדורך אזעלכע געהויבענע טעג פון חודש אלול און תשרי יעדער האט זיך אוודאי מקבל געווען קבלת טובות יעדער לפי מדרגתו, דארף מען זען יעצט ווען מען גייט ארויס פון די הייליגע טעג אז מען זאל זען צו איינהאלטן אלע קבלת טובות און אזוי וועט מען זוכה זיין צו א בית רבתי אנגעפילט מיט כל טוב וואס עס פעלט זיך אויס אין א אידישע שטוב, און דער רבי האט אנגעוואונטשן ברכות לרוב פארן גאנצן ציבור.
מען האט ממשיך געווען מיט עטליכע ניגונים, מען האט געענדיגט ארום 11:50, און דער רבי איז אהיים לביתו נאוה קודש.
בביתו נאוה קודש זענען אריין זיך געזעגענען פאר א לענגערע צייט די הונדערטער געסט אנשי שלומינו פון ארה"ק, אייראפע, און מאנטריאל וועלכע האבן געוויילט אויף יו"ט בצל הקודש.
"ויו"ט היה עושה בצאתו בשלום מן הקודש"
~🌴~