מאנטאג ויצא
באריכטן ·
🌴בצל הקודש🌴
=מאנטאג ויצא=
~בדר"ח כסלו~
דער רבי האט געדאווענט שחרית אין ביהמ"ד אמרי נועם בשכונת דברי יואל אינאיינעם מיט תלמידי ישיבה קטנה סניף מעיין התורה פון ב"פ בהנהלת הר"ר ישראל יצחק זינגער שליט"א.
ביים אנקומען אין ביהמ"ד האט זיך דער רבי באגריסט מיטן ראש ישיבה הרה"ג ר' יצחק ראזענבוים שליט"א אבד"ק קאליש מאנסי, און דער רבי איז אריין זיך אומקוקן אויף די לימודים פון די תלמידי הישיבה.
דער רבי איז צוגעגאנגען צום עמוד צו אמירת הלל און ביים ליינען עולה געווען רביעי.
נאך שחרית איז דער רבי אנגעקומען אין די זאלן בביתו נאוה קודש אויף איהעל קט. ווי דער רבי האט מעריך געווען שלחנו הטהור לכבוד ר"ח אינאיינעם מיט די תלמידי הישיבה,
דער רבי איז אנגעקומען ארום 12:00 אזייגער און זיך געוואשן צום סעודת ר"ח,
במשך די סעודה האט מען מאריך געווען מיט ניגוני ר"ח,
מיט ברכו נפשי האט דער רבי מכבד געווען הר"ר שלום הערש מאשקאוויטש שליט"א - ר"מ בישיבה,
דערנאך האט דער רבי משמיע געווען דב"ק, צום ערשט האט דער רבי ארומגערעדט בדברי דרוש ופלפול אין די לימודי הישיבה אין מסכת פסחים, דערנאך האט דער רבי ממשיך געווען מיט דברי מוסר והתחזקות אין לימוד התורה ותפילה און מסיים געווען מיט ברכות לרוב פאר די בחורי ורמ"י הישיבה.
מיטן בענטשן האט דער רבי מכבד געווען דער ראש ישיבה הגה"צ אבד"ק קאליש מאנסי שליט"א,
מען האט געענדיגט ארום 1:20.
נאכמיטאג איז דער רבי ארויף אין ישיבה סניף דברי יואל ווי דער רבי האט געלערנט מיט א חברותא בחדרו הפרטי.
ארום 5:10 האט דער רבי געדאווענט מנחה אין ישיבה.
פארנאכטס האט דער רבי מסדר קידושין געווען ביי די חופה פון די מחותנים הרה"ח ר' אהרן שמואל פוקס הי"ו און הר"ר דוד בר"מ עקשטיין שליט"א אין די זאלן פון כינור דוד.
און ביי די חופה פון די מחותנים הרה"ח ר' שלמה מייער הי"ו און הרה"ח ר' יחזקאל הערשקאוויטש הי"ו אין די זאלן פון גינת קליין.
זמני כניסה איז געווען פון 8:00 אזייגער ביז 11:15 אויפדערנאכט בביתו נאוה קודש אויף איהעל קט.
ארום 10:00 אזייגער האט דער רבי געליינט די תנאים פון די מחותנים הרה"ח ר' יואל ברא"מ מערמעלשטיין הי"ו און הרה"ח ר' יואל ברא"א גאנדל הי"ו אין די תנאים זאלן בביתו נאוה קודש.
דער רבי האט געדאווענט מעריב ארום 10:40 און נאך מעריב ממשיך געווען אויפצונעמען דעם ציבור.
ארום 11:45 איז אריין בקודש פנימה בביתו נאוה קודש אויף צאנז קט. הרה"צ ר' חיים מאיר טווערסקי שליט"א בן כ"ק אדמו"ר מסקווירא שליט"א איינצולאדענען און מקבל זיין ברכת הקודש לרגל די שמחת החתונה פון בתו הכלה וועלכע קומט פאר קומענדיגע וואך דינסטאג וישלח אין שיכון סקווירא, עב"ג החתן בן הרה"ג ר' ארי' לייבוש טייטלבוים שליט"א חתן הרה"צ רבי אהרן מענדל שליט"א בן כ"ק אדמו"ר מסקווירא שליט"א,
עס האט זיך פארצויגן א שיינע שמועס איבער זכרונות פון כ"ק אדמו"ר מסקווירא זצ"ל און איבער די שבת וואס רבינו שליט"א האט געוויילט בצילו אין שיכון סקווירא מיט קרוב צו זעכציג יאר צוריק, און דער רבי האט ווארעם אנגעוואונטשן ברכת קדשו.
ארום 1:15 אויפדערנאכט איז דער רבי אריבער אין שטוב פון חדב"ן הגה"צ רב דביהמ"ד אבני צדק שליט"א צום קישור החיתון פון בתו הכלה למז"ט, עס האט זיך פארמירט א שיינע שמועס איבער דעם גרויסן יחוס פון חתן וכלה, ובסיפורי צדיקים פון די זיידעס,
מען האט געמאכט דעם קבלת קנין, און מען האט געזינגען ניגוני שמחה,
דער רבי האט געמאכט א לחיים און אנגעוואונטשן פארן חתן, מחותנים, און די בני המשפחה, אויפן וועג ארויס האט דער רבי אנגעוואונטשן פאר די כלה, מען האט געענדיגט ארום 2:00 אזייגער.
א גוטע נאכט.
~🌴~