זונטאג ויצא
באריכטן ·
🌴בצל הקודש🌴
=זונטאג ויצא=
~אדר"ח כסלו~
פארן דאווענען איז פארגעקומען די ברית לבן הנולד אצל ר' חיים אברהם פראנקל הי"ו ווי דער רבי איז געווען סנדק ומוהל.
דער רבי האט געדאווענט שחרית אין ישיבה גדולה סניף דברי יואל.
פארן דאווענען האט דער רבי געלייגט תפילין פאר די בר מצוה בחור ב"ר שלום לעווי הי"ו.
דער רבי איז צוגעגאנגען צום עמוד צו אמירת הלל און ביים ליינען עולה געווען רביעי.
נאכן דאווענען איז פארגעקומען א לחיים מיט די בר מצוה בחור בחדרו הפרטי.
נאך שחרית איז דער רבי אנגעקומען אין די זאלן בביתו נאוה קודש אויף איהעל קט. ווי דער רבי האט מעריך געווען שלחנו הטהור לכבוד ר"ח אינאיינעם מיט די תלמידי ישיבה גדולה שיעור ג' סניף עסק התורה פון מאנסי בהנהלת הר"ר ישראל מרדכי זיידענפעלד שליט"א,
דער רבי איז אנגעקומען ארום 12:45 און זיך געוואשן צום סעודת ר"ח,
במשך די סעודה האט מען מאריך געווען מיט ניגוני ר"ח,
נאך ברכו נפשי האט דער רבי משמיע געווען דב"ק, דער רבי האט נאכגעזאגט פון חתם סופר אז אזוי ווי עס איז דא פערציג טעג פון ר"ח אלול ביז יום כיפור אזוי אויך איז דא פערציג טעג פון הושענא רבא ביז ר"ח כסלו און ר"ח כסלו איז אויך דא א בחינה פון יו"כ,
האט דער רבי געזאגט אז עס שטייט אז 'לא היו ימים טובים בישראל כחמשה עשר באב ויום הכיפורים שבהם בנות ישראל יוצאות וכו', במילא זענען די צייטן מסוגל פאר שידוכים, האט דער רבי אויסגעפירט אז קומט אויס אז ר"ח כסלו וואס איז א בחינה פון יו"כ איז אויך מסוגל פאר שידוכים, און דער רבי האט מסיים געווען מיט ברכות לרוב און אנגעוואונטשן שידוכים פאר אלע בחורים.
מיטן בענטשן האט דער רבי מכבד געווען דער מנהל שליט"א,
מען האט געענדיגט ארום 1:45.
נאכמיטאג איז דער רבי ארויף אין ישיבה סניף דברי יואל ווי דער רבי האט געלערנט מיט א חברותא בחדרו הפרטי.
ארום 5:10 האט דער רבי געדאווענט מנחה אין ישיבה.
פארנאכטס האט דער רבי מסדר קידושין געווען ביי די חופה פון די מחותנים הרה"ח ר' יואל עפשטיין הי"ו און הרה"ח ר' אהרן דוד יצחק רובינשטיין הי"ו אין די זאלן פון בית רחל פאראדייס.
זמני כניסה איז געווען פון 8:15 ביז 12:00 אזייגער אויפדערנאכט בביתו נאוה קודש אויף איהעל קט.
ארום 9:45 האט דער רבי געליינט די תנאים פון די מחותנים הרה"ח ר' אלי' קרויס הי"ו און הרה"ח ר' משה שמואל סאמעט הי"ו,
און פון די מחותנים הרה"ח ר' אשר יצחק ווידער הי"ו און הרה"ח ר' יואל חיים משה מיללער הי"ו,
אין די תנאים זאלן בביתו נאוה קודש.
דער רבי האט געדאווענט מעריב ארום 11:30 און נאך מעריב ממשיך געווען אויפצונעמען דעם ציבור.
א גוטע נאכט.
~🌴~