שבת קודש פרשת תולדות - מבה"ח כסלו
באריכטן ·
🌴בצל הקודש🌴
=שבת קודש פרשת תולדות - מבה"ח כסלו=
פארן זמן הדלקה"נ האט דער רבי אנגעטוהן די שטריימל פאר החתן קלמן ב"ר אברהם יושע גפן הי"ו, החתן מענדל ב"ר יואל עפשטיין הי"ו, החתן אלימלך ב"ר שלמה קליין הי"ו.
ארום 5:00 אזייגער איז דער רבי אריינגעקומען צו מנחה ערב שבת קודש, ווי דער רבי איז צוגעגאנגען צום עמוד.
קבלת שבת: הרה"ח ר' שלמה קליין הי"ו.
מען האט געענדיגט דאווענען ארום 6:30.
נאכן דאווענען איז פארגעקומען די אפיעל פאר די ת"ת אין קוממיות עטה"ק.
דערנאך איז דער ציבור אריבער זאגן גוט שבת און דער רבי איז אהיים לביתו נאוה קודש.
ארום 8:25 איז דער רבי אריינגעקומען צום שלחן הטהור בהיכל השלחנות אינאיינעם מיט די תלמידי הישיבה.
מיט אשת חיל האט דער רבי מכבד געווען דעם אייניקל הב' ישכר בער ט"ב ני"ו בן חדב"ן הגה"צ רב דביהמ"ד ברך משה שליט"א.
מיט הגבהת הכוס איז מכובד געווארן הר"ר אברהם וואלף פריעדמאן שליט"א.
מיט כל מקדש האט דער רבי מכבד געווען הרה"ג ר' יואל מייזליש שליט"א - רב דביהמ"ד ברך משה סיגוט.
מנוחה ושמחה: הרה"ח ר' אברהם הייס הי"ו - לאנדאן.
דערנאך האט דער רבי געזאגט תורה אויפן פסוק וירח את ריח בגדיו און ארויסגעברענגט אז רבינו גרשום ווערט אנגערופן 'מאור הגולה' צוליב זיינע גרויסע תקנות וואס ער האט מתקן געווען כדי הקב"ה זאל נישט קענען אפגט'ן כלל ישראל בע"כ און נישט נעמען א צווייטע אומה אנשטאט.
קה אכסוף: הרה"ח ר' מאיר סימאן הי"ו.
ברכת המזון: נכד רבינו הרב ישראל דושינסקיא שליט"א - ב"פ.
דערנאך האט דער רבי דערציילט עובדות וסיפורים פון הרה"ק רבי ר' הערש מרימנוב זי"ע וואס די יארצייט געפאלט היינט זונטאג ל' חשון.
קה רבון עלם: הרה"ג ר' דוד ליבערמאן שליט"א - אב"ד שעניא ב"פ.
מען האט אויפגעגעבן פירות און די פרישע חתנים זענען אריבער נעמען שיריים.
אז ביום השביעי: הרה"ח ר' יעקב האללענדער הי"ו - וומ"ס.
מען האט געענדיגט די טיש ארום 11:00 אזייגער.
=וביום השבת=
דער רבי איז אריינגעקומען צום דאווענען ארום 9:20.
ברכות ופסוקי דזמרה: הרה"ח ר' אלחנן טויב הי"ו.
דער רבי איז צוגעגאנגען צום עמוד צו תפילת שחרית.
ביים ליינען זענען נתכבד געווארן:
הוצאה והכנסה: הרה"ח ר' קאפיל שעהנברוין הי"ו.
פסוקי שמע ישראל: הרה"ג ר יצחק אייזיק פוקס שליט"א - מו"ץ.
כהן: הרה"ח ר' יואל דוד דרעזדנער הי"ו.
לוי: הרה"ח ר' יואל בר"ש בערגער הי"ו.
שלישי: החתן קלמן ב"ר אברהם יושע גפן הי"ו - באווארפען.
רביעי: החתן אלימלך ב"ר שלמה קליין הי"ו - באווארפען.
חמישי: החתן הערשל ב"ר אהרן שמואל פוקס הי"ו - באווארפען.
דער רבי האט קורא שם געווען לרגל הולדת הבת אצל:
ר' משה בר"ל הערשקאוויטש הי"ו.
ר' שמואל אליעזר פערל הי"ו.
ר' אברהם דוד ראזענבערג הי"ו.
ר' יואל עמרם גאלדבערגער הי"ו.
ר' יודא ברא"מ לאנדא הי"ו.
ר' שלמה מנשה דייטש הי"ו.
שביעי: הרה"ח ר' נח גפן הי"ו.
אחרון: הרה"ח ר' יעקב קליין הי"ו - ב"ב.
מפטיר: משב"ק הרה"ח ר' יושע מענדלאוויטש הי"ו.
הגבה הרה"ח ר' אהרן שמואל פוקס הי"ו.
גלילה: הרה"ח ר' אברהם יושע גפן הי"ו.
נאכן ליינען האט רבינו שליט"א ראש חודש געבענטשט מיט גרויס התעורורות.
צו תפילת מוסף איז צוגעגאנגען משב"ק הרה"ח ר' יושע מענדלאוויטש הי"ו.
פתיחה צו אנעים זמירות: הרה"ח ר' אהרן שמואל פישער הי"ו - וומ"ס.
מען האט געענדיגט ארום 12:20.
דער רבי איז אריינגעקומען צו תפילת מנחה ארום 5:00 אזייגער.
צום עמוד איז צוגעגאנגען הרה"ח ר' ישראל יעקב בראך הי"ו.
ביים ליינען איז מכובד געווארן,
הוצאה והכנסה: הרה"ח ר' פנחס יואל פריינד הי"ו - ב"פ.
כהן: הרה"ג ר' יצחק צבי ווייס שליט"א - אב"ד איהעל ב"פ.
לוי: הרה"ח ר' אברהם יצחק לאנדא הי"ו - וומ"ס.
שלישי: הרה"ח ר' שלמה יעקב ניישטאדט הי"ו.
דער רבי איז געגאנגען הגבה.
גלילה: הרה"ח ר' יודא אוגנשטיין הי"ו - מאנסי.
ביי של"ס האט דער רבי מכבד געווען מיט אודה הרה"ח ר' נח גפן הי"ו.
שיר המעלות: הרה"ח ר' משה גאלדשטיין הי"ו.
דער רבי האט זיך געשטעלט אויפן פסוק 'וירח את ריח בגדיו ויברכהו' און ארויסגעברענגט אז אויב א מענטש פירט זיך במידת החסד מיט אנדערע מענטשן פירט זיך הקב"ה אויך מיט אים במידת החסד און איז אים מוחל אפילו אויף די עבירות וואס מען האט שוין פארגעסן און מען טוט נישט תשובה דערויף,
אדער איז דא נאך א עצה צו לערנען תורה אויפדערנאכט וואס עס שטייט אין גמרא 'כל הלומד תורה בלילה הקב"ה מושך עליו חוט של חסד כל היום' און במילא איז הקב"ה מוחל אלע עבירות און מען איז זוכה צו אלע ברכות וואס יצחק האט געבענטשט יעקב אבינו.
ידיד נפש: הרה"ח ר' אברהם שווארטץ הי"ו - לאנדאן.
קל מסתתר: הרה"ח ר' משה ארי' פריינד הי"ו - ב"פ.
דער רבי האט געבענטשט על הכוס.
הגבהת הכוס: הרה"ג ר' בערל גלאנץ שליט"א מבארדיוב.
צו מעריב איז צוגעגאנגן משב"ק הרה"ח ר' יושע מענדלאוויטש הי"ו.
נאך מעריב האט דער רבי געמאכט הבדלה.
נאך הבדלה איז דער ציבור אריבער זאגן א גוטע וואך.
מען האט געענדיגט ארום 7:15.
ארום 10:30 איז דער רבי אנגעקומען אין די תנאים זאל בביתו נאוה קודש אויף איהעל קט. ווי דער רבי האט געליינט די תנאים פון די מחותנים הר"ר משה בהרה"ג ר' חיים יוסף ווערצבערגער שליט"א - אנטווערפען, און הר"ר לוי יצחק בארזעסקי שליט"א.
פון דארט איז דער רבי געפארן צו בית מדרשינו 'בית חיים דוד' בשכונת פרי מגדים (קוועיקער הילל) ווי עס איז פארגעקומען די מעמד התמנות ווי דער רבי האט אויפגענומען הרה"ג ר' יוסף שמואל בערקאוויטש שליט"א בן הגאון הגדול הדומ"ץ שליט"א וחתן הגה"צ אבד"ק אשוי שליט"א אלץ דומ"ץ הביהמ"ד,
דער רבי איז אנגעקומען ארום 10:45, עס האט אויפגעטרעטן הגאון הגדול הדומ"ץ שליט"א,
דערנאך האט דער יושב ראש הרה"ח ר' שמעון וויינבערגער הי"ו אויפגעריפן הרה"ח ר' דוד עקשטיין הי"ו - מראה"ק, צו משמיע זיין די דבר הקהילה,
דערנאך האט אויפגעטרעטן דער נייער דומ"ץ הביהמ"ד הרה"ג ר' יוסף שמואל שליט"א,
דער רבי האט געמאכט א לחיים און ווארעם אנגעוואונטשן פארן דיין שליט"א פאר בנו הרה"ג דומ"ץ הביהמ"ד שליט"א פאר הגה"צ אבד"ק אשוי שליט"א און פארן גאנצן ציבור, און עקסטער פאר הרה"ח ר' יודא זאב קליין הי"ו - מגדולי נדיבי הביהמ"ד וחבר וועד הרחבת גבולי העיר,
דער רבי האט משמיע געווען דב"ק, דער רבי האט זיך געשטעלט אויפן פסוק ויתן לך אלקים מטל השמים און ארויסגעברענגט אז דורך די תורה הקדושה ווערט ארץ ישראל גרעסער און ארויסגעברענגט די שמחה אז ק"י פארשפרייט זיך ב"ה אויף אלע זייטן מיט גרויס הצלחה און מען נעמט אויף אזא חשוב'ע דיין אינעם ביהמ"ד וואס געפינט זיך אין אזא שיינע געגענט ווי די תושבים ווילן ח"ו נישט אנטלויפן פון ק"י נאר ווילן זיין א חלק פון ק"י, און דערביי האט דער רבי קורא שם געווען פאר די געגענט 'שכונת פרי מגדים', און דער רבי האט ממשיך געווען מיט דברי הדרכה פאר די תושבים אז מען זאל זען אנצוהאלטן אלעס פונקט ווי אין ק"י און בפרט בעניני צניעות און מלבושים סיי ביי אינגלעך און סיי ביי די מיידלעך, און מסיים געווען מיט ברכות לרוב פארן דומ"ץ הביהמ"ד און פארן גאנצן ציבור.
מען האט געענדיגט ארום 11:30.
א גוטע וואך.
~🌴~