דאנערשטאג תולדות
באריכטן ·
🌴בצל הקודש🌴
=דאנערשטאג תולדות=
פארן דאווענען איז פארגעקומען די ברית לבן הנולד אצל ר' ישראל זאב האלפערט הי"ו ווי דער רבי איז געווען סנדק ומוהל.
דער רבי האט געדאווענט שחרית אין ישיבה גדולה סניף ברך משה.
פארן דאווענען האט דער רבי געלייגט תפילין פאר די בר מצוה בחורים,
בהר"ר שמואל קרויס שליט"א - ר"מ בישיבה.
ב"ר מאיר בר"ל טייטלבוים הי"ו.
ב"ר יצחק יודא לעבאוויטש הי"ו.
ביים ליינען איז דער רבי געגאנגען הגבה.
נאכן דאווענען האט דער רבי פארגעלערנט א תהילים שיעור אויף קאפיטל כ"ד פסוק ה'.
דערנאך איז פארגעקומען א לחיים מיט די בר מצוה בחורים בהכיתה הגדולה.
ארום 5:15 האט דער רבי געדאווענט מנחה בביתו נאוה קודש אויף צאנז קט.
זמני כניסה איז געווען פון 8:30 ביז 12:20 אויפדערנאכט בביתו נאוה קודש אויף איהעל קט.
ארום 10:20 האט דער רבי געליינט די תנאים פון די מחותנים הרה"ח ר' יואל האפפער הי"ו און הרה"ח ר' שלמה ניימאן הי"ו,
און פון די מחותנים הרה"ח ר' שלמה זלמן יצחק עפשטיין הי"ו און הר"ר אברהם מאיר עקשטיין שליט"א,
אין די תנאים זאלן בביתו נאוה קודש.
בעת די זמני כניסה איז פארגעקומען א מעמד חתימת שטרות בקודש פנימה ווי הרה"ח ר' אברהם ווידער הי"ו - ראש הקהל וראש העיר, האט אפגעקויפט די זכות פונעם עירוב טראק וואס איז געקויפט געווארן דורך די 'וועד העירובין' שע"י בית הוראה דקהלתינו הק' און ווערט שוין באניצט וועכענטליך צו בודק זיין די פילע עירובין אין אלע שכונות און געגענטער איבער קרית יואל,
עס איז אנוועזנד געווען די רבני הוועד חדב"ן הגה"צ רב דביהמ"ד קול אליהו שליט"א, הרה"ג ר' יואל קאהן שליט"א, און הרה"ג ר' וואלף אהרן טעללער שליט"א,
מען האט אויסגעשמועסט פילע פרטים און שאלות וואס האבן זיך געמאכט לעצטענס ביי די עירובין אין די פילע שכונות אין ק"י און בפרט די פראבלעמען וואס האבן זיך געמאכט מיט די יעצטיגע עירוב בענדלעך פארגאנגענעם פרייטאג ביי די שניי וואס האט פסול געמאכט עטליכע עירובין און מען האט אויסגעשמועסט די פלענער פאר א לעזונג וואס מען האפט ארויסצוברענגען מכח אל הפועל בקרוב אי"ה,
דער רבי האט אינטערגעשריבן די שטרות אינאיינעם מיטן חשוב'ן נדבן הרה"ח ר' אברהם הי"ו און דער רבי האט געמאכט א לחיים און ווארעם אנגעוואונטשן פארן חשוב'ן נדבן, פאר די רבני הוועד, און פאר די וועד בעלי בתים וועלכע שאפן די ריזיגע געלטער וואס די פראיעקטן נעמען אריין און אנגעוואונטשן הצלחה אויף ווייטער שלא יצא מכשול מידינו.
דער רבי האט געדאווענט מעריב ארום 11:30 און נאך מעריב ממשיך געווען אויפצונעמען דעם ציבור.
א גוטע נאכט.
~🌴~