מאנטאג תולדות
באריכטן ·
🌴בצל הקודש🌴
=מאנטאג תולדות=
דער רבי האט געדאווענט שחרית אין ת"ת בנין הירש ג"ב לאנדא אינאיינעם מיט די תלמידי כתה ט' סניף הר"ר יואל שפיטצער שליט"א לרגל די שמחת הנחת תפילין פון נכדו הב' הבר מצוה יקותיאל יודא ני"ו בן חדב"ן הגה"צ רב דביהמ"ד ברך משה שליט"א.
דער רבי האט געלייגט תפילין פאר נכדו הב' הבר מצוה ני"ו און פאר הב' ב"ר משה גדלי' אדלער הי"ו,
דערנאך האט דער רבי ארויפגעדרייט די כריכות אויף די פינגערס פאר נכדו ני"ו.
ביים ליינען איז דער רבי געגאנגען הגבה.
נאכן דאווענען איז פארגעקומען א מסיבת לחיים בהיכל הביהמ"ד,
די קינדער האבן געזינגען עטליכע ניגונים און די בר מצוה בחור האט געזאגט די פשעטל,
דער רבי האט געמאכט א לחיים און אנגעוואונטשן פארן בר מצוה בחור, פאר חדב"ן הגה"צ רב דביהמ"ד ברך משה שליט"א און פאר אלע קינדער,
דערנאך האט דער רבי משמיע געווען דב"ק, דער רבי האט זיך געשטעלט אויפן פסוק 'והיה לך לאות על ידך' און ארויסגעברענגט אז די שי"ן אויף די תפילין האט איין זייט דריי שפיצן און אויף די צווייטע זייט פיר שפיצן און דאס איז א רמז אויף די אבות ואמהות, ווייל ווען מען טוט אן די תפילין איז די צייט אריינצוטראכטן מתי יגיע מעשי למעשי אבותי, און דער רבי האט מעורר געווען די בחורים אויסניצן די צייט אויף לימוד התורה עס זאל זיין 'למען תהיה תורת ה' בפיך' און אזוי אויך נישט צו רעדן קיין שיחת חולין מיט די תפילין, און מסיים געווען בברכת קדשו.
אין די פארמיטאג שעות ארום 1:00 אזייגער איז דער רבי אנגעקומען אויף די וועכענטליכע באזוך אינעם בית השחיטה המהודרת אינאיינעם מיט כ"ק אדמו"ר מסערדאהעלי שליט"א וועלכע וויילט אין די יעצטיגע טעג אין ק"י,
דער רבי איז ארום אינעם גאנצן בית השחיטה אין אלע אפטיילונגען פאר א לענגערע צייט און דערביי אנגעוויזן די פילע חומרות וואס זענען איינגעשטעלט אינעם בית השחיטה, האדמו"ר מסערדאהעלי שליט"א האט שטארק מפליא געווען די בית השחיטה און עס האט זיך פארצויגן לענגערע שמועסן בעניני שחיטה,
נאך אריבער א שעה צייט האט זיך דער רבי ווארעם געזעגענט און אהיים לביתו נאוה קודש.
נאכמיטאג איז דער רבי ארויף אין ישיבה סניף ברך משה ווי דער רבי האט געלערנט מיט א חברותא בחדרו הפרטי.
ארום 5:15 האט דער רבי געדאווענט מנחה אין ישיבה.
ארום 7:20 איז דער רבי אנגעקומען אין ביהמ"ד בית מרדכי דקהלתינו הק' צום שמחת הכנסת ספר תורה אריינגעגעבן געווארן דורך הר"ר מאיר יוסף טייטלבוים שליט"א,
דער רבי האט איבערגענומען די ספר תורה און אפגעראכטן די ריקודי קודש פאר א לענגערע צייט,
דערנאך האט דער רבי פארגעזאגט לדוד מזמור כנהוג און דערנאך אנגעוואונטשן פארן נדבן ובני משפחתו.
זמני כניסה איז געווען פון 7:45 ביז 11:30 אויפדערנאכט בביתו נאוה קודש אויף איהעל קט.
ארום 8:30 איז דער רבי אריבער אויף א ביקור גומלין ביי כ"ק אדמו"ר מסערדאהעלי שליט"א בבית האכסניא פון הרבני הנגיד ר' עקיבא הערש קליין הי"ו,
עס האט זיך פארצויגן א שיינע שמועס איבער זכרונות פון אביו הגה"צ אבד"ק סאמבאטהעלי זצ"ל מיט רביה"ק בעל דברי יואל זי"ע,
האדמו"ר מסערדאהעלי שליט"א האט מכבד געווען רבינו שליט"א מיט לחיים און דער רבי האט ווארעם אנגעוואונטשן ברכת קדשו.
ארום 10:00 אזייגער האט דער רבי געליינט די תנאים פון די מחותנים הרה"ח ר' יודא יושע וויינשטאק הי"ו און הרה"ח ר' שרגא יצחק פעדער הי"ו אין די תנאים זאלן בביתו נאוה קודש.
בעת די זמני כניסה האט זיך הב' אלטר יצחק בהר"ר יעקב שלמה פאנעט שליט"א - רב דביהמ"ד שערי תפילה בשכונת העלף האלאו ק"י, געשטעלט צום פארהער ביי רבינו שליט"א אויף שו"ע יו"ד ח"א.
דער רבי האט געדאווענט מעריב ארום 10:50 און נאך מעריב ממשיך געווען אויפצונעמען דעם ציבור.
א גוטע נאכט.
~🌴~