זונטאג תולדות
באריכטן ·
🌴בצל הקודש🌴
=זונטאג תולדות=
פארן דאווענען איז פארגעקומען די ברית לבן הנולד אצל ר' מרדכי שמואל זילבערשטיין הי"ו ווי דער רבי איז געווען סנדק ומוהל.
דער רבי האט געדאווענט שחרית אין ישיבה גדולה סניף קדושת יואל.
פארן דאווענען האט דער רבי געלייגט תפילין פאר די בר מצוה בחורים,
ב"ר יואל מערמלשטיין הי"ו.
ב"ר שרגא יצחק ווייס הי"ו.
ב"ר אברהם יוסף שווארטץ הי"ו.
ב"ר קלונימוס אליעזר מאלח הי"ו.
ב"ר ישראל יושע קאליש הי"ו.
נאכן דאווענען האט דער רבי פארגעלערנט א תהילים שיעור אויף קאפיטל כ"ד פסוק ה'.
דערנאך איז פארגעקומען א לחיים מיט די בר מצוה בחורים בחדרו הפרטי.
דער רבי האט געדאווענט מנחה ארום 5:15 און מעריב ארום 5:45 בביתו נאוה קודש אויף צאנז קט.
ארום 7:40 איז געקומען אויף א באזוך בביתו נאוה קודש אויף צאנז כ"ק אדמו"ר מסערדאהעלי שליט"א וועלכע וויילט די יעצטיגע טעג אין ק"י לטובת ישיבתו,
עס האט זיך פארצויגן א שיינע שמועס איבער ישיבות אינדערהיים אין אייראפע און דער רבי האט שטארק משבח געווען זיין ישיבה וועלכע איז נודע לשם ולתהילה און האדמו"ר מסערדאהעלי שליט"א האט ארויסגעברענגט זיין התפעלות פון די שטאט קרית יואל,
דער רבי האט מכבד געווען מיט לחיים און ווארעם אנגעוואונטשן ברכת קדשו פאר האדמו"ר מסערדאהעלי שליט"א און פארן בעל אכסניא הרה"ח ר' עקיבא הערש קליין הי"ו און דערנאך ארויסבאגלייט ביזן גאס.
זמני כניסה איז געווען פון 8:00 אזייגער ביז 9:45 אויפדערנאכט בביתו נאוה קודש אויף איהעל קט.
ארום 9:00 אזייגער האט דער רבי געליינט די תנאים פון די מחותנים הרה"ח ר' שמואל לאנדא הי"ו און הרה"ח ר' פייוול סופר הי"ו,
און פון די מחותנים הרה"ח ר' אהרן אלעזר רובינפעלד הי"ו און הרה"ח ר' יודא הערש בערגער הי"ו,
אין די תנאים זאלן בביתו נאוה קודש.
בעת די זמני כניסה איז געקומען אויף א באזוך הגה"צ רבי שמואל שמעלקא כהנא שליט"א - אדמו"ר מפשעצלאוו אנטווערפען,
דער רב שליט"א האט געגעבן פאר רבינו שליט"א ספרו 'נשים במאי זכיין' און דער רבי האט מעיין געווען א שטיק צייט און פארפירט א שיינע שמועס איבער די ספר און דער רבי האט אנגעוואונטשן ברכת קדשו.
אויך זענען אריין תלמידי ישיבת מקור חיים פון פלעטבוש,
דער רבי האט אויסגעפרעגט איבער די לימודים און די בחורים זענען אריבער מקבל זיין ברכת הקודש.
"קול רינה וישועה באהלי צדיקים"
נאך די זמני כניסה איז דער רבי אנגעקומען אין ביהמ"ד ברך משה צום שמחת הבר מצוה פון נכדו הב' הבר מצוה יקותיאל יודא ני"ו בן חדב"ן הגה"צ רב דביהמ"ד ברך משה שליט"א,
ביים אנקומען האט דער רבי געטאנצן אויפן פלאץ פאר עטליכע מינוט,
דער רבי האט זיך געוואשן צום סעודת בר מצוה, נאכן זיך וואשן האט דער בר מצוה בחור געמאכט א סיום אויף ששה סדרי משנה און נאכן סיום האט דער זיידע הגה"צ אבד"ק וואלאווע שליט"א געזאגט קדיש,
במשך די סעודה האט אויפגעטרעטן חדב"ן הגה"צ רב הביהמ"ד שליט"א און דער זיידע הגה"צ אבד"ק וואלאווע שליט"א,
נאך די זופ האט דער בר מצוה בחור געזאגט די פשעטל,
דער רבי האט משמיע געווען דב"ק אויפן פסוק 'ויתן לך אלקים מטל השמים' און ארויסגעברענגט אז יצחק אבינו האט געהאלטן אז מען דארף האבן יראת שמים פאר מען לערנט תורה כדי מען זאל קענען לערנען תורה בטהרה און אויך האבן יראת שמים נאכן לערנען תורה כדי די תורה זאל האבן א קיום אויף שפעטער און דאס האט יצחק געבענטשט יעקב אבינו, און דער רבי האט ארויסגעברענגט לשבח פונעם בר מצוה בחור וועלכע האט מסיים געווען ששה סדרי משנה און אנגעוואונטשן ער זאל קענען מסיים זיין כל הש"ס און זיך פירן אין די וועגן פונעם זיידן הגה"ק בעל ייטב לב זי"ע נאך וועם ער טראגט זיין נאמען, און מסיים געווען מיט ברכות לרוב פארן בר מצוה בחור, פאר חדב"ן הגה"צ רב הביהמ"ד שליט"א און פארן גאנצן ציבור,
מיטן בענטשן האט דער רבי מכבד געווען דער בר מצוה בחור, מען האט געענדיגט ארום 11:00 אזייגער.
א גוטע נאכט.
~🌴~