שבת קודש פרשת חיי שרה
באריכטן ·
🌴בצל הקודש🌴
=שבת קודש פרשת חיי שרה=
ארום 5:05 איז דער רבי אריינגעקומען צו מנחה ערב שבת קודש, ווי דער רבי איז צוגעגאנגען צום עמוד.
קבלת שבת: הרה"ח ר' חיים יצחק ניילענדער הי"ו - ירושלים.
מען האט געענדיגט דאווענען ארום 6:40.
נאכן דאווענען איז פארגעקומען די אפיעל פאר ת"ת קדושת משולם זושא באלעד עטה"ק.
דערנאך איז דער ציבור אריבער זאגן גוט שבת און דער רבי איז אהיים לביתו נאוה קודש.
ארום 8:30 איז דער רבי אריינגעקומען צום שלחן הטהור בהיכל השלחנות אינאיינעם מיט די תלמידי הישיבה.
מיט אשת חיל האט דער רבי מכבד געווען דעם אייניקל הב' יחזקאל שרגא ט"ב ני"ו בן הגה"צ אב"ד סיגוט שליט"א.
מיט הגבהת הכוס איז מכובד געווארן הרב חיים בהגה"צ ר' אברהם מאיר האלבערשטאם שליט"א.
מיט כל מקדש האט דער רבי מכבד געווען הרה"ג ר' יחזקאל בראך שליט"א - ירושלים.
מנוחה ושמחה: הרה"ח ר' אלעזר דאנציגער הי"ו - שיכון סקווירא.
דערנאך האט דער רבי געזאגט תורה אויפן פסוק ואברהם זקן בא בימים און עס אויסגעטייטשט בדרך דרוש אינעם סוגיא פון מצות לאו ליהנות ניתנו.
קה אכסוף: הרה"ח ר' אשר אייזנבאך הי"ו - בית שמש.
ברכת המזון: הרב חיים האלבערשטאם שליט"א.
דערנאך האט דער רבי דערציילט עובדות וסיפורים פון הרה"ק רבי ישכר דוב מבעלזא זי"ע וואס די יארצייט איז געפאלן שב"ק כ"ב חשון.
קה רבון עלם: הרה"ח ר' צבי ארי ווייס הי"ו - ב"ב.
מען האט אויפגעגעבן פירות און די פרישע חתנים זענען אריבער נעמען שיריים.
אז ביום השביעי: הר"ר אהרן יקותיאל בערקאוויטש שליט"א - מאנסי.
מען האט געענדיגט די טיש ארום 11:05.
=וביום השבת=
דער רבי איז אריינגעקומען צום דאווענען ארום 9:20.
ברכות ופסוקי דזמרה: הרה"ג ר' חיים אלעזר ווייס שליט"א - מחמעלניק מאנסי.
דער רבי איז צוגעגאנגען צום עמוד צו תפילת שחרית.
ביים ליינען זענען נתכבד געווארן:
הוצאה והכנסה: הר"ר אברהם וואלף פריעדמאן שליט"א.
פסוקי שמע ישראל: הרה"ח ר' אליעזר ווייס הי"ו.
כהן: הרה"ח ר' וואלף בר"ה שווארטץ הי"ו - וומ"ס.
לוי: הרה"ח ר' יעקב חיים מאשקאוויטש הי"ו - וומ"ס.
שלישי: הרה"ג ר' ברוך ווייס שליט"א - רב דביהמ"ד קניזשא.
רביעי: החתן יונתן ב"ר בערל גאלד הי"ו.
חמישי: החתן מרדכי ב"ר יוסף יוזפא ווייסמאן הי"ו.
דער רבי האט קורא שם געווען לרגל הולדת הבת אצל:
ר' בנציון חיים זאלדאן הי"ו.
ר' יושע בער שווארטץ הי"ו.
ר' יואל ברמ"א זאבעל הי"ו.
ר' יחזקאל שרגא ברא"י מערץ הי"ו.
ר' משה מענדל עסטרייכער הי"ו.
שביעי: החתן משה דוד ב"ר יעקב טעללער הי"ו.
הוספות: החתן הערשל ב"ר יואל בר"מ עקשטיין הי"ו.
החתן הערשל ב"ר יעקב קאפיל ליכטענשטיין הי"ו.
החתן יודא ב"ר חיים הערש כהנא הי"ו.
אחרון: הרה"ג ר' שלמה זאבעל שליט"א - דומ"ץ ביהמ"ד בית דוב.
מפטיר: הרה"ח ר' יעקב זוסמאן סופר הי"ו.
הגבה: הרה"ח ר' מאיר שווארטץ הי"ו.
גלילה: הרה"ח ר' אברהם בער דייטש הי"ו - מאנסי.
צו תפילת מוסף איז צוגעגאנגען הרה"ח ר' יושע שמואל ווידער הי"ו.
פתיחה צו אנעים זמירות: הרה"ח ר' משה יודא רובינשטיין הי"ו - וומ"ס.
מען האט געענדיגט ארום 12:15.
דער רבי איז אריינגעקומען צו תפילת מנחה ארום 5:00 אזייגער.
צום עמוד איז צוגעגאנגען הרה"ג ר' יחזקאל בראך שליט"א.
ביים ליינען איז מכובד געווארן,
הוצאה והכנסה: הרה"ח ר' אלעזר דאנציגער הי"ו.
כהן: הרה"ג ר' בערל גלאנץ שליט"א מבארדיוב.
לוי: הרה"ח ר' משה מאיר גאטליעב הי"ו.
שלישי: הרה"ג ר' משה שווארטץ שליט"א - רב דביהמ"ד אור החיים ב"ב.
דער רבי איז געגאנגען הגבה.
גלילה: הרה"ח ר' מיכל פריינד הי"ו - וומ"ס.
ביי של"ס האט דער רבי מכבד געווען מיט אודה הרה"ח ר' נח גפן הי"ו.
שיר המעלות: הרה"ח ר' משה גאלדשטיין הי"ו.
דער רבי האט זיך געשטעלט אויפן פסוק ואברהם זקן בא בימים און ארויסגעברענגט אז א מענטש דארף זיך איינחזר'ן אמונה אין הקב"ה אויף יעדע טריט און שריט סיי אויף זאכן וואס מען זעט און סיי אויף זאכן וואס מען זעט נישט און נישט מיינען אויף אייגענע הצלחות אז עס איז די אייגענע כוחות נאר וויסן אז אלעס איז פון הקב"ה סיי זאכן בדרך הטבע און סיי זאכן שלא כדרך הטבע און אין דעם זכות וועט מען זוכה זיין צו די גאולה השלימה.
ידיד נפש: הרה"ג ר' מאיר האלבערשטאם שליט"א - רב דביהמ"ד קשאנוב ומו"ץ בקהלתינו הק' וומ"ס.
קל מסתתר: הרה"ג ר' שלום טייטלבוים שליט"א - דומ"ץ ביהמ"ד ויואל משה דקהלתינו הק' וומ"ס.
דער רבי האט געבענטשט על הכוס.
הגבהת הכוס: החתן הערשל ב"ר יואל בר"מ עקשטיין הי"ו.
דערנאך האט דער רבי געזאגט שבע ברכות.
צו מעריב איז צוגעגאנגן הרה"ח ר' ישראל יצחק היימאן הי"ו - אנטווערפן.
נאך מעריב האט דער רבי געמאכט הבדלה.
נאך הבדלה איז דער ציבור אריבער זאגן א גוטע וואך.
מען האט געענדיגט ארום 7:15.
נאך הבדלה זענען אריין בקודש פנימה בביתו נאוה קודש א קבוצה בחורים פון ישיבה גדולה באבוב 45 פון ב"פ וועלכע האבן געוויילט אויף שבת בצל הקודש,
דער רבי האט אויסגעפרעגט איבער די לימודים און אנגעוואונטשן ברכת קדשו.
ארום 9:00 אזייגער איז דער רבי אנגעקומען אין שטוב פון הרבני הנגיד ר' יודא ווייס הי"ו לרגל שמחת נשואי בתו למז"ט,
עס האט זיך פארצויגן א שיינע שמועס מיט די חשוב'ע זיידעס הרה"ג ר' חיים אלעזר ווייס שליט"א מחמעלניק, און הרה"ג ר' בערל גלאנץ שליט"א מבארדיוב איבער די גסות שחיטה אין אורעגוויי און נאך פילע בתי שחיטה ווי קהלתינו הק' האט געשחט'ן די לעצטע פיפציג יאר,
דער רבי האט געמאכט א לחיים און אנגעוואונטשן פארן חתן, מחותנים, זיידעס, און די גאנצע משפחה.
פון דארט איז דער רבי אריבער אין שטוב פון הרה"ג ר' וואלף אהרן טעללער שליט"א - מנהל מבצר הכוללים ק"י לרגל שמחת סיום הש"ס,
עס האט זיך פארצויגן א שיינע שמועס איבער הרה"ק רבי ישכר דוב מבעלזא זי"ע וואס די יארצייט איז געפאלן שב"ק און דער רבי האט געמאכט א לחיים און ווארעם אנגעוואונטשן פאר הרה"ג ר' וואלף אהרן שליט"א און די גאנצע משפחה.
דערנאך איז דער רבי אהיים לביתו נאוה קודש ווי עס איז פארגעקומען א מעמד התמנות ווי דער רבי האט ממנה געווען הרה"ג ר' יואל אפענהיים שליט"א - מנהל ישיבה קטנה דרך התורה אלץ דומ"ץ ביהמ"ד דקהלתינו הק' בשכונת זרע קודש,
עס איז אנוועזנד געווען הגה"צ רבי יואל האלבערשטאם שליט"א - רב שכונת דברי חיים און הרה"ח ר' דוד עקשטיין הי"ו - מראה"ק און חברי וועד הרחבת גבולי העיר און פילע תושבי השכונה,
עס האט זיך פארצויגן א שיינע שמועס איבער די הרחבת גבולי הקדושה און איבער די פילע פעולות פון די וועד הרחבת גבולי העיר אין די פילע שכונות אין ק"י,
דער רבי האט געמאכט א לחיים און ווארעם אנגעוואונטשן פאר הרה"ג ר' יואל אפענהיים שליט"א, פאר הגה"צ רבי יואל האלבערשטאם שליט"א און פאר די תושבי ועסקני השכונה וגבאי הביהמ"ד,
דערנאך האט דער רבי משמיע געווען קורצע דב"ק און אנגעוואונטשן ברכת הקודש פארן נייעם דומ"ץ הביהמ"ד ער זאל קענען מרומם זיין די כח התורה ותפילה אינעם ביהמ"ד און מסיים געווען מיט ברכות לרוב פאר אלע תושבי השכונה,
מען האט געזינגען עטליכע ניגונים און די עסקני וגבאי הביהמ"ד זענען אריבער מקבל זיין ברכת הקודש.
ארום 10:30 איז דער רבי אנגעקומען אין ביהמ"ד נועם אלימלך דקהלתינו הק' אויף ליזענסק צום שמחת הכנסת ספר תורה אריינגעגעבן געווארן דורך ר' יעקב בר"ל עפשטיין הי"ו,
דער רבי האט איבערגענומען די ספר תורה און אפגעראכטן די ריקודי קודש פאר א לענגערע צייט,
דערנאך האט דער רבי פארגעזאגט לדוד מזמור כנהוג און דערנאך אנגעוואונטשן פארן נדבן ובני משפחתו.
א גוטע וואך.
~🌴~