דאנערשטאג חיי שרה
באריכטן ·
🌴בצל הקודש🌴
=דאנערשטאג חיי שרה=
דער רבי האט געדאווענט שחרית אין ישיבה גדולה סניף ברך משה.
ביים ליינען האט דער רבי עולה געווען שלישי.
נאכן דאווענען האט דער רבי פארגעלערנט א סוגיא שיעור בשיעורי הישיבה.
ארום 3:45 איז דער רבי אנגעקומען צום בית החיים דקהלתינו הק' ווי דער רבי האט זיך משתתף געווען ביים לויה און מלוה געווען די מטה פון הגה"צ רבי אהרן זאב מאליק ז"ל - אבד"ק סאמבור.
ארום 5:15 האט דער רבי געדאווענט מנחה בביתו נאוה קודש אויף צאנז קט.
פארנאכטס האט דער רבי מסדר קידושין געווען ביי די חופה פון די מחותנים הרה"ח ר' ליפא עפשטיין הי"ו און הרה"ח ר' פישל פריינד הי"ו אין די זאלן פון כינור דוד.
און ביי די חופה פון די מחותנים הרה"ח ר' יעקב טעללער הי"ו און הרה"ח ר' יואל ברא"ז פריעדמאן הי"ו אין די זאלן פון בית רחל פאראדייס.
ארום 8:00 אזייגער האט דער רבי געדאווענט מעריב בביתו נאוה קודש אויף איהעל קט.
דערנאך איז געווען זמני כניסה ביז 11:30 אויפדערנאכט בביתו נאוה קודש.
ארום 10:15 איז דער רבי אראפ צו די תנאים זאלן בביתו נאוה קודש ווי עס איז פארגעקומען די בחינה פומבי דורך 'חבורת תלמודו בידו' שע"י ישיבות קטנות דמוסדותינו הק' פון איבער גרעיטער ניו יארק,
די בחורים זענען געזיצן אויסגעשורה'ט ארום די זאל און הרה"ג ר' אברהם שווארטץ שליט"א פון ארה"ק און הרה"ג ר' שלמה שבתי קעסטענבוים שליט"א - מרבני קהלתינו וומ"ס האבן פארהערט די בחורים בעל פה אויף צענדליגע מסכתות הש"ס, און עטליכע מאל האט דער רבי איבערגענומען די מייק און געשטעלט שאלות איבער גאנץ ש"ס אויף וואס די בחורים האבן געענטפערט מיט א געוואלדיגע קלארקייט און דער רבי האט זיך צוגעקוקט מיט א שטארקע קורת רוח און הנאה,
דערנאך האט דער רבי געמאכט א לחיים און אנגעוואונטשן פארן גאנצן ציבור,
דער רבי האט משמיע געווען קורצע דב"ק און ארויסגעברענגט די שמחה אז אזויפיל בחורים קענען זיך שטעלן צום פארהער בע"פ אויף הונדערטער בלעטער גמרא און אנגעוואונטשן ברכות לרוב,
מען האט געענדיגט ארום 10:45 און דער רבי איז ארויף ווייטער ממשיך זיין די זמני כניסה,
אויפן וועג ארויס האט דער רבי ווארעם אנגעוואונטשן פאר הרה"ח ר' יצחק שווארטץ הי"ו פון וומ"ס - פטרון החבורה.
נאך די זמני כניסה איז דער רבי אריבער צו די זאלן פון קרן ויואל משה ווי עס איז פארגעקומען די שמחת השבע ברכות צוגעשטעלט דורך הגאון הגדול הדומ"ץ שליט"א לרגל שמחת נשואי נכדתו למז"ט הכלה בת לחתנו הרה"ג ר' משה טייטלבוים שליט"א - מו"ץ ביהמ"ד בית שמואל בנימין, עב"ג החתן בן הרה"ג ר' אלי' גינזבערג שליט"א בן כ"ק אדמו"ר מחוסט שליט"א וחתן כ"ק אדמו"ר מתולדות אהרן שליט"א,
ביים אנקומען ארום 12:35 האט זיך דער רבי ווארעם באגריסט מיט די חשוב'ע זיידעס האדמורי"ם שליט"א,
עס האט זיך פארצויגן א שיינע שמועס פאר א לענגערע צייט בסיפורי בית בלאזוב און דער דיין שליט"א האט אויפגעברענגט פארשידענע אינטערסאנטע שאלות בהלכות שבת,
דער רבי האט געמאכט א לחיים און טועם געווען מזונות און פיש און אנגעוואונטשן פארן חתן, מחותנים, די חשובע זיידעס, און פארן גאנצן ציבור,
דערנאך האט זיך דער רבי אויפגעשטעלט און זיך ארויסגעלאזט אין א מחול לצדיקים און דערנאך אין א באזונדערע ריקוד מיטן חתן און מיט כ"ק אדמו"ר מתולדות אהרן שליט"א,
מען האט געענדיגט ארום 12:15.
א גוטע נאכט.
~🌴~