מיטוואך חיי שרה
באריכטן ·
🌴בצל הקודש🌴
=מיטוואך חיי שרה=
פארן דאווענען איז פארגעקומען די ברית לבן הנולד אצל ר' חיים יודא פריעדמאן הי"ו ווי דער רבי איז געווען סנדק.
דער רבי האט געדאווענט שחרית אין ישיבה גדולה סניף ויואל משה.
פארן דאווענען האט דער רבי געלייגט תפילין פאר די בר מצוה בחורים,
ב"ר יואל הערשקאוויטש הי"ו.
ב"ר יקותיאל ישכר דוב מארקאוויטש הי"ו.
ב"ר פנחס יואל פריינד הי"ו.
נאכן דאווענען האט דער רבי פארגעלערנט א תהילים שיעור אויף קאפיטל כ"ד פסוק ה'.
דערנאך איז פארגעקומען א לחיים מיט די בר מצוה בחורים בחדרו הפרטי.
נאכמיטאג איז דער רבי ארויף אין ישיבה סניף ברך משה ווי דער רבי האט געלערנט מיט א חברותא בחדרו הפרטי.
ארום 5:00 אזייגער האט דער רבי געדאווענט מנחה אין ישיבה.
פארנאכטס האט דער רבי מסדר קידושין געווען ביי די חופה פון די מחותנים הר"ר פישל קויפמאן שליט"א און הרה"ח ר' משה נתן נחום ראזענבערג הי"ו אין די זאלן פון כינור דוד.
און ביי די חופה פון די מחותנים הרה"ח ר' חיים הערש כהנא הי"ו און הרה"ח ר' ישראל ענגלענדער הי"ו אין די זאלן פון גינת קליין.
נאך די חופות ארום 8:00 אזייגער איז דער רבי אנגעקומען אין שטוב פון בנו הגה"צ אב"ד סיגוט שליט"א בשכונת ויואל משה ווי עס איז פארגעקומען די כתיבת האותיות פאר די ספר תורה וואס ווערט געשריבן דורך זיין שווער הגה"צ אב"ד בית אהרן שליט"א לע"נ זוגתו הרבנית ע"ה און ווערט אריינגעגעבן קומענדיגע וואך מאנטאג תולדות בבית מדרשו 'ביהמ"ד בית אהרן' אין וומ"ס,
דער רבי האט אריינגעשריבן עטליכע אותיות אינעם ספר תורה,
דערנאך איז פארגעקומען א מסיבת לחיים, עס האט זיך פארצויגן א שיינע שמועס בעניני כתיבת ספר תורה און עניני נשואין,
דער רבי האט געמאכט א לחיים און ווארעם אנגעוואונטשן פאר הגה"צ אב"ד בית אהרן שליטא פאר בנו הרה"ג ר' הערש אלימלך ט"ב שליט"א - רב דביהמ"ד תפילה למשה ב"פ, פאר הגה"צ אב"ד סיגוט שליט"א און פאר די גאנצע משפחה, מען האט געענדיגט ארום 8:30,
אויפן וועג ארויס האט זיך דער רבי אומגעקוקט אויף די בוי ארבעט ביי 'ביהמ"ד ישראל שלום' דקהלתינו הק' און עס האט זיך פארצויגן א שיינע שמועס מיט הגה"צ אב"ד בית אהרן שליט"א איבער די הרחבת גבולי הקדושה פון שכונת ויואל משה.
זמני כניסה איז געווען פון 8:35 ביז 11:20 אויפדערנאכט בביתו נאוה קודש אויף איהעל קט.
ארום 10:10 האט דער רבי געליינט די תנאים פון די מחותנים הרה"ח ר' יואל ברד"ל גרינפעלד הי"ו און הרה"ח ר' ליפא ברא"י סאנדעל הי"ו אין די תנאים זאלן בביתו נאוה קודש.
דער רבי האט געדאווענט מעריב ארום 11:20.
א גוטע נאכט.
~🌴~