דינסטאג חיי שרה
באריכטן ·
🌴בצל הקודש🌴
=דינסטאג חיי שרה=
פארן דאווענען איז פארגעקומען די ברית לבן הנולד אצל ר' יעקב ב"ר יודא פריעדמאן הי"ו ווי דער רבי איז געווען סנדק ומוהל.
דער רבי האט געדאווענט שחרית אין ישיבה גדולה סניף עצי חיים - שיעור ג'.
פארן דאווענען האט דער רבי געלייגט תפילין פאר די בר מצוה בחור ב"ר ישראל משה בערקאוויטש הי"ו.
נאכן דאווענען האט דער רבי פארגעלערנט א תהילים שיעור אויף קאפיטל כ"ד פסוק א'.
דערנאך איז פארגעקומען א לחיים מיט די בר מצוה בחורים בהיכל הביהמ"ד.
אין די פארמיטאג שעות איז דער רבי געווען אויף א באזוך אינעם מצה בעקערי דקהלתינו הק'.
ארום 4:10 האט דער רבי געדאווענט מנחה בביתו נאוה קודש אויף צאנז קט.
פארנאכטס האט זיך דער רבי ארויסגעלאזט אויפן וועג קיין ב"פ ווי דער רבי האט זיך משתתף געוועהן ביים שמחת החתונה פון אן אייניקל פון מחותנו הגה"צ אבד"ק בית אהרן שליט"א החתן בן בנו הרה"ג ר' הערש אלימלך טייטלבוים שליט"א - רב דבית מדרשינו תפילה למשה חתן כ"ק אדמו"ר מראחמיסטריווקא שליט"א,
ביים אנקומען קיין ב"פ ארום 7:00 אזייגער האט דער רבי צום ערשט מנחם אבל געווען משפחת הרה"ח ר' אברהם משה לעווי ע"ה.
דערנאך איז דער רבי אריבער אין ביהמ"ד הגדול ראחמיסטריווקא צום שמחת החתונה,
עס האט זיך פארמירט א שמועס מיט די חשוב'ע זיידעס און דער רבי האט געמאכט א לחיים און אנגעוואונטשן פארן חתן, מחותנים, און די גרויסע זיידעס,
דערנאך האט זיך דער רבי ארויסגעלאזט אין א מחול לצדיקים אינאיינעם מיטן חתן, מחותנים, און די גרויסע זיידעס שליט"א,
ארום 7:45 האט זיך דער רבי ארויסגעלאזט אויפן וועג קיין וומ"ס צו די וועכענטליכע זמני כניסה,
זמני כניסה איז געווען פון 8:30 ביז 12:30 אויפדערנאכט בביתו נאוה קודש אויף היוז סט.
בעת די זמני כניסה איז געקומען אויף א באזוך הגה"צ רבי שלמה זלמן אונסדארפער שליט"א - אדמו"ר מזלאזיץ פון ארה"ק,
עס האט זיך פארמירט א שיינע שמועס און דער רבי האט אנגעוואונטשן ברכת קדשו.
דער רבי האט געדאווענט מעריב ארום 11:30 און נאך מעריב ממשיך געווען אויפצונעמען דעם ציבור.
~🌴~