מאנטאג חיי שרה
באריכטן ·
🌴בצל הקודש🌴
=מאנטאג חיי שרה=
דער רבי האט געדאווענט שחרית אין ישיבה גדולה סניף דברי יואל.
פארן דאווענען האט דער רבי געלייגט תפילין פאר די בר מצוה בחורים,
בהרה"ג ר' יצחק שלום פריעדמאן שליט"א - מו"ץ.
בהר"ר יוסף הערש באנעט שליט"א.
ב"ר שלמה לאנדא הי"ו.
ביים ליינען איז דער רבי געגאנגען הגבה.
נאכן דאווענען האט דער רבי פארגעלערנט א תהילים שיעור אויף קאפיטל כ"ד פסוק א'.
דערנאך איז פארגעקומען א לחיים מיט די בר מצוה בחורים בחדרו הפרטי.
ארום 1:15 איז דער רבי אנגעקומען צום בנין הת"ת 'בנין ווידער פאלאטשעק' אויף די רימנוב גאס ווי עס איז פארגעקומען די מעמד 'התחלת לימוד גמרא' פאר די קרוב צו פינף הונדערט תלמידי כתה ד' פון אלע פיר סניפים פון מוסדותינו הק' אין ק"י,
די קינדער האבן געזינגען עטליכע ניגונים און פארגעזינגען חרוזים לכבוד המעמד,
דער רבי האט געמאכט א לחיים און אנגעוואונטשן פאר די מנהלים, מלמדים, און פאר אלע קינדער, און פארטיילט שיריים פאר די אייניקלעך,
דערנאך האט דער רבי משמיע געווען קורצע דברי ברכה פאר די קינדער ארויסברענגענדיג די שמחה פון די קינדער אז מען הייבט שוין אן צו לערנען גמרא, און אנגעוואונטשן ברכות לרוב,
דערנאך האט דער רבי פארטיילט שיריים פאר די מלמדים צו פארטיילן פאר די קינדער, מען האט געענדיגט ארום 1:40.
נאכמיטאג איז דער רבי ארויף אין ישיבה סניף קדושת יואל ווי דער רבי האט געלערנט מיט א חברותא בחדרו הפרטי.
ארום 5:10 האט דער רבי געדאווענט מנחה אין ישיבה.
פארנאכטס האט דער רבי מסדר קידושין געווען ביי די חופה פון די מחותנים הרה"ח ר' יואל נתן וויזענפעלד הי"ו און הרה"ח ר' משה אליעזר כ"ץ הי"ו אין די זאלן פון כינור דוד.
און ביי די חופה פון די מחותנים הרה"ח ר' בערל גאלד הי"ו און הרה"ח ר' יודא ווייס הי"ו אין די זאלן פון גינת קליין.
און ביי די חופה פון די מחותנים הרה"ח ר' יוסף יוזפא ווייסמאן הי"ו און הרה"ח ר' יעקב זוסמאן סופר הי"ו אין די זאלן פון בית רחל פאראדייס.
זמני כניסה איז געווען פון 8:00 אזייגער ביז 12:00 אזייגער אויפדערנאכט בביתו נאוה קודש אויף איהעל קט.
בעת די זמני כניסה איז געקומען אויף א באזוך כ"ק אדמו"ר מתולדות אהרן שליט"א וועלכע וויילט די יעצטיגע טעג אין ק"י לרגל די שמחת החתונה פון נכדו החתן וועלכע קומט פאר מארגן דינסטאג אין די זאלן פון בית רחל פאראדייס, עב"ג הכלה נכדת הגאון הגדול הדומ"ץ שליט"א,
עס האט זיך פארצויגן א שיינע שמועס איבער אידישקייט אין ארץ ישראל און איבער די גזירת הגיוס בארה"ק,
דער רבי האט מכבד געווען מיט לחיים און ווארעם אנגעוואונטשן ברכת קדשו און דערנאך ארויסבאגלייט ביזן גאס.
דערנאך ארום 10:30 האט דער רבי געליינט די תנאים פון די מחותנים הרה"ח ר' מיכל פריעדמאן הי"ו און הר"ר אלעזר רובינפעלד שליט"א אין די תנאים זאלן בביתו נאוה קודש.
אויך איז פארגעקומען די כתיבת האותיות פאר די ספר תורה וואס ווערט געשריבן דורך ר' יעקב בר"ל עפשטיין הי"ו און ווערט אריינגעגעבן דעם מוצש"ק אין ביהמ"ד נועם אלימלך אויף ליזענסק,
דער רבי האט אריינגעשריבן עטליכע אותיות און געמאכט א לחיים און אנגעוואונטשן ברכת קדשו פארן נדבן ר' יעקב הי"ו, און פאר די גאנצע משפחה.
דער רבי האט געדאווענט מעריב ארום 11:30 און נאך מעריב ממשיך געווען אויפצונעמען דעם ציבור.
א גוטע נאכט.
~🌴~