זונטאג חיי שרה
באריכטן ·
🌴בצל הקודש🌴
=זונטאג חיי שרה=
דער רבי האט געדאווענט שחרית אין ישיבה גדולה סניף קדושת יואל.
פארן דאווענען האט דער רבי געלייגט תפילין פאר די בר מצוה בחורים,
בהר"ר יואל זילבער שליט"א, בהגה"צ גאב"ד פריימאן שליט"א.
ב"ר יעקב זושא גוטמאן הי"ו.
ב"ר משולם צבי בנציון זילבערשטיין הי"ו.
ב"ר מרדכי אפרים פישל סופר הי"ו.
ב"ר יונתן בנימין דוב וויינגארטן הי"ו.
נאכן דאווענען האט דער רבי פארגעלערנט א תהילים שיעור אויף קאפיטל כ"ד פסוק א'.
דערנאך איז פארגעקומען א לחיים מיט די בר מצוה בחורים בחדרו הפרטי.
נאך תפילת שחרית איז דער רבי אריבער אין שטוב פון נכדו הרב יושע מרדכי אלעזר לאבין שליט"א חתן חדב"ן הגה"צ רב דביהמ"ד ברך משה שליט"א לרגל די שמחת החאלאקע פון בנו הילד כמר חנני' יו"ט ליפא ני"ו,
דער רבי האט אפגעשניטן עטליכע האר און אנגעטוהן די קאפל און ציצית,
דערנאך האט זיך דער רבי געוואשן צו פת שחרית, עס האט זיך פארצויגן א שיינע שמועס מיט די זיידע האדמו"ר מזידיטשוב חרדים שליט"א בסיפורי צדיקים לבית זידיטשוב,
מיטן בענטשן האט דער רבי מכבד געווען האדמו"ר מזידיטשוב חרדים שליט"א, מען האט געענדיגט ארום 1:00 אזייגער.
נאכמיטאג איז דער רבי ארויף אין ישיבה סניף דברי יואל ווי דער רבי האט געלערנט מיט א חברותא בחדרו הפרטי.
ארום 5:10 האט דער רבי געדאווענט מנחה אין ישיבה.
פארנאכטס האט דער רבי מסדר קידושין געווען ביי די חופה פון די מחותנים הרה"ח ר' יעקב קאפל ליכטענשטיין הי"ו און הרה"ח ר' יואל בר"א ווייס הי"ו אין די זאלן פון כינור דוד.
און ביי די חופה פון די מחותנים הרה"ח ר' ירמי' פאגעל הי"ו און הרה"ח ר' ישראל איסר מארקאוויטש הי"ו אין די זאלן פון בית רחל פאראדייס.
און ביי די חופה פון די מחותנים הרה"ח ר' ראובן ראטטער הי"ו און הרה"ח ר' יואל בר"ל גראס הי"ו אין די זאלן פון גינת קליין.
זמני כניסה איז געווען פון 8:10 ביז 12:15 אויפדערנאכט בביתו נאוה קודש אויף איהעל קט.
בעת די זמני כניסה איז פארגעקומען די כתיבת האותיות פאר די ספר תורה וואס ווערט געשריבן דורך הר"ר מאיר יוסף טייטלבוים שליט"א און ווערט אריינגעגעבן קומענדיגע וואך מאנטאג תולדות אין ביהמ"ד בית מרדכי,
דער רבי האט אריינגעשריבן עטליכע אותיות און געמאכט א לחיים און אנגעוואונטשן ברכת קדשו פארן נדבן און פאר די גאנצע משפחה.
ארום 10:45 האט דער רבי געליינט די תנאים פון די מחותנים הרה"ח ר' הלל ראזענבערג הי"ו און הרה"ח ר' יואל בר"ש אבערלענדער הי"ו,
און פון די מחותנים הרה"ח ר' יואל בר"י ביטמאן הי"ו און הרה"ח ר' אברהם יודא וויינפעלד הי"ו,
אין די תנאים זאלן בביתו נאוה קודש.
אויך איז אריין בקודש פנימה הרה"ג ר' יוסף דוד טירנויער שליט"א בן כ"ק אדמו"ר מחוסט שליט"א וחתן כ"ק אדמו"ר מתולדות צבי דספינקא שליט"א אינאיינעם מיט בנו החתן ני"ו מקבל זיין ברכת הקודש לרגל די שמחת החתונה וועלכע קומט פאר דעם מיטוואך אין ק"י, און דער רבי האט אנגעוואונטשן ברכת קדשו.
דער רבי האט געדאווענט מעריב ארום 11:30 און נאך מעריב ממשיך געווען אויפצונעמען דעם ציבור.
נאך מעריב איז פארגעקומען א מסיבת לחיים בקודש פנימה לרגל די קישור החיתון פון די מחותנים הרה"ח ר' יקותיאל ישראל פריעד הי"ו און הרה"ח ר' יחיאל אלטר טויב הי"ו,
דער רבי האט געמאכט א לחיים און אנגעוואונטשן פארן חתן, מחותנים, און פאר די גאנצע משפחה.
אויך האבן זיך געשטעלט צום פארהער אויף שו"ע יו"ד ח"א, הבה"ח יושע ב"ר וואלף פערל הי"ו, הב' שמעון ב"ר חיים אפרים ווייס הי"ו, הב' שמעון ישראל ב"ר משה מנחם פאלאטשעק הי"ו - ממציוני תלמידי ישיבה סניף ויואל משה.
א גוטע נאכט.
~🌴~