שבת קודש פרשת וירא
באריכטן ·
🌴בצל הקודש🌴
=שבת קודש פרשת וירא=
פארן זמן הדלקה"נ האט דער רבי אנגעטוהן די שטריימל פאר החתן יודא ב"ר חיים הערש כהנא הי"ו.
ארום 5:10 איז דער רבי אריינגעקומען צו מנחה ערב שבת קודש, ווי דער רבי איז צוגעגאנגען צום עמוד.
קבלת שבת: הר"ר יואל בר"מ עקשטיין שליט"א.
מען האט געענדיגט דאווענען ארום 6:40.
נאכן דאווענען איז פארגעקומען די אפיעל פאר כולל דוויליאמסבורג - תפארת בחורים.
דערנאך איז דער ציבור אריבער זאגן גוט שבת און דער רבי איז אהיים לביתו נאוה קודש.
ארום 8:20 איז דער רבי אריינגעקומען צום שלחן הטהור בהיכל השלחנות אינאיינעם מיט די תלמידי הישיבה.
מיט אשת חיל האט דער רבי מכבד געווען דעם אייניקל הב' ישכר בער ט"ב ני"ו בן חדב"ן הגה"צ רב דביהמ"ד ברך משה שליט"א.
מיט כל מקדש האט דער רבי מכבד געווען הרב אלעזר האלבערשטאם שליט"א בן הגה"צ רבי חיים שלום שליט"א בן כ"ק אדמו"ר מבאבוב שליט"א וחתן הגה"צ גאב"ד דקהלתינו ב"פ שליט"א.
מנוחה ושמחה: הרה"ח ר' אליעזר ווייס הי"ו.
דערנאך האט דער רבי געזאגט תורה אויפן פסוק ואקחה פת לחם און עס אויסגעטייטשט בדרך דרוש אינעם סוגיא פון חצי שיעור.
קה אכסוף: הר"ר חיים יחזקאל בר"מ ווערצבערגער שליט"א.
ברכת המזון: נכד רבינו הרב נחמן כהנא שליט"א חתן חדב"ן הגה"צ רב דביהמ"ד ברך משה שליט"א.
דערנאך האט דער רבי דערציילט עובדות וסיפורים פון הרה"ק רבי שלום מקאמינקא זי"ע וואס די יארצייט געפאלט דעם דאנערשטאג כ' חשון.
קה רבון עלם: הרה"ח ר' יושע טעללער הי"ו.
מען האט אויפגעגעבן פירות און די פרישע חתנים זענען אריבער נעמען שיריים.
אז ביום השביעי: הרה"ח ר' משה כהנא הי"ו - ב"פ.
מען האט געענדיגט די טיש ארום 10:50.
=וביום השבת=
דער רבי איז אריינגעקומען צום דאווענען ארום 9:20.
ברכות ופסוקי דזמרה: הר"ר איתמר טובי' קויפמאן שליט"א.
דער רבי איז צוגעגאנגען צום עמוד צו תפילת שחרית.
ביים ליינען זענען נתכבד געווארן:
הוצאה והכנסה: הרה"ח ר' ברוך מרדכי מארקאוויטש הי"ו.
פסוקי שמע ישראל: הרה"ח ר' מענדל עקשטיין הי"ו.
כהן: ר' חיים אברהם מאשקאוויטש הי"ו, און דער רבי האט קורא שם געווען לרגל הולדת בתו למז''ט.
לוי: החתן יוסף בהר"ר שלמה לייב גרובער שליט"א.
שלישי: החתן יונתן ב"ר בערל גאלד הי"ו - באווארפען.
רביעי: החתן ליפא בהר"ר פישל קויפמאן שליט"א - באווארפען.
חמישי: החתן הערשל בהר"ר יואל בר"מ עקשטיין שליט"א - באווארפען.
דער רבי האט קורא שם געווען לרגל הולדת הבת אצל:
ר' יואל ב"ר מאיר ווערטהיימער הי"ו.
ר' שמעון בערגער הי"ו.
ר' שמעון גפן הי"ו.
ר' יואל ב"ר קאפיל שעהנברוין הי"ו.
ר' מרדכי יודא בר"י פריעדמאן הי"ו.
הר"ר ישראל יודא יעקב ווערצבערגער שליט"א.
ר' ישראל מרדכי שטערן הי"ו.
ר' אליעזר זוסיא מיטטעלמאן הי"ו.
ר' אליעזר גפן הי"ו.
שביעי: הרה"ח ר' מאיר ווערטהיימער הי"ו.
אחרון: הרה"ח ר' אביגדור ראזענבערג הי"ו.
מפטיר: הרה"ח ר' יודא ווייס הי"ו.
הגבה: הר"ר מאיר זאב שטערן שליט"א.
גלילה: הרה"ח ר' בערל גאלד הי"ו.
צו תפילת מוסף איז צוגעגאנגען הרה"ח ר' חיים הערש גאלד הי"ו - וומ"ס.
פתיחה צו אנעים זמירות: הרה"ח ר' ארון לייב מארקאוויטש הי"ו.
מען האט געענדיגט ארום 12:10.
דער רבי איז אריינגעקומען צו תפילת מנחה ארום 5:05.
צום עמוד איז צוגעגאנגען הרה"ח ר' יחזקאל בראך הי"ו.
ביים ליינען איז מכובד געווארן,
הוצאה והכנסה: הרה"ח ר' יוסף שלמה מארקאוויטש הי"ו.
כהן: הר"ר הערשל כהנא שליט"א - ב"פ.
לוי: הר"ר שלמה לייב גרובער שליט"א.
שלישי: הרה"ח ר' משה כהנא הי"ו - ב"פ.
דער רבי איז געגאנגען הגבה.
גלילה: הר"ר יואל ברי"ש וויינבערגער שליט"א.
ביי של"ס האט דער רבי מכבד געווען מיט אודה הרה"ח ר' נח גפן הי"ו.
שיר המעלות: הרה"ח ר' שלמה כ"ץ הי"ו.
דער רבי האט זיך געשטעלט אויפן פסוק ואקחה פת לחם און ארויסגעברענגט אז דורך לימוד התורה ווערט געכשר'ט די מויל פון די דברים אסורים וואס מען האט גערעדט און די תפילות ווערן נתקבל און ווען עס איז דא תשובה צוזאמען מיט תפילה ניצט עס אפילו אויף די הארבע עבירות און מען דארף נישט צוקומען צו קיין יסורים ח"ו,
און דער רבי האט מעורר געווען אז מען זאל לערנען פארן דאווענען אזוי זאלן די תפילות נתקבל ווערן.
ידיד נפש: הרה"ח ר' יצחק מארקאוויטש הי"ו.
קל מסתתר: הרה"ח ר' ברוך מרדכי מארקאוויטש הי"ו.
דער רבי האט געבענטשט על הכוס.
הגבהת הכוס: החתן יוסף בהר"ר שלמה לייב גרובער שליט"א.
דערנאך האט דער רבי געזאגט שבע ברכות.
צו מעריב איז צוגעגאנגן הרה"ח ר' פנחס טייכמאן הי"ו.
נאך מעריב האט דער רבי געמאכט הבדלה.
נאך הבדלה איז דער ציבור אריבער זאגן א גוטע וואך.
דערנאך איז דער רבי אראפ צום היכל התורה 'היכל צבי ויצחק ראזענבערג' ווי עס קומען פאר די לימודים במסגרת אבות ובנים - ושננתם לבניך,
דער רבי האט זיך ארומגעדרייט צווישן די טישן פאר א לענגערע צייט מיט א שטארקע קורת רוח, מען האט געענדיגט ארום 7:15.
נאך הבדלה זענען אריין בקודש פנימה בביתו נאוה קודש א קבוצה בחורים פון ישיבה גדולה באבוב 45 פון ב"פ וועלכע האבן געוויילט אויף שבת בצל הקודש,
דער רבי האט אויסגעפרעגט איבער די לימודים און אנגעוואונטשן ברכת קדשו.
ארום 10:15 האט זיך דער רבי ארויסגעלאזט אויפן וועג קיין מאנסי ווי עס איז פארגעקומען די מעמד חנוכת הבית פארן נייעם בנין הבית רחל "בנין אלי' ניישטאדט" אינאיינעם מיט א שמחת השבע ברכות פון החתן ב"ר עקיבא יוסף ניישטאדט הי"ו בן הרה"ח ר' אלי' ניישטאדט הי"ו - נדבן הבנין,
דער רבי איז אנגעקומען אינעם בנין הבית רחל ארום 10:40,
עס האט אויפגעטרעטן דער יושב ראש הר"ר דוד שלמה לאוב שליט"א וועלכע האט אויפגעריפן הגה"צ אב"ד ור"מ מאנסי שליט"א וועלכע האט אויפגעטרעטן בשם די הנהלת המוסדות,
דערנאך האט מען פארגעזינגען גראמען לכבוד המאורע,
דערנאך האט דער יושב ראש אויפגעריפן דער חשובער נדבן הרה"ח ר' אלי' הי"ו וועלכע האט אויפגעטרעטן און ארויסגעברענגט זיינע הרגשים און דערנאך געמאכט א ברכת שהחיינו בשם ומלכות לרגל די חנוכת הבית,
דערנאך האט דער רבי געמאכט א לחיים און ווארעם אנגעוואונטשן פארן חשוב'ן נדבן, פארן חתן, מחותנים, און פארן גאנצן ציבור,
דער רבי האט משמיע געווען דב"ק און ארויסגעברענגט די שמחה מיטן באנייען די בנין הבית רחל און ארומגערעדט בשבח פונעם חשוב'ן נדבן הרה"ח ר' אלי' הי"ו, און בשבח פון מוסדותינו הק' אין מאנסי, און מסיים געווען מיט ברכות לרוב פארן נדבן ובני משפחתו און פארן גאנצן ציבור.
נאכן בענטשן האט דער רבי געזאגט די שבע ברכות,
דערנאך האט זיך דער רבי אויפגעשטעלט טאנצן אינאיינעם מיט די גאנצע אויבנאן,
מען האט געענדיגט ארום 11:30, און דער רבי איז אהיימגעפארן לביתו נאוה קודש אין ק"י.
א גוטע וואך.
~🌴~