דינסטאג וירא
באריכטן ·
🌴בצל הקודש🌴
=דינסטאג וירא=
~ביקור חיזוק בקרב עדת ה' בקהילת החרדים בונעס איירעס - ארגענטינא~
ארום 9:40 אינדערפרי (7:40 ניו יארק'ע זייגער) האט די פליגער פון רבינו שליט"א געלאנדעט אינעם לופטפעלד אין ארגענטינא,
אין לופטפעלד איז דער רבי געווארן אפגעווארט דורך הונדערטער תושבי ארגענטינא, ובראשם דער מרא דאתרא הגה"צ רבי פייביל סופר שליט"א - גאב"ד דקהל חרדים,
דער ציבור איז אריבער שלום נעמען און דער רבי איז צוגעפארן צום חרדי'שן געגנט אין בונעס איירעס א וועג פון ארום 40 מינוט צו בית האכסניא אין שטוב פון הרה"ח ר' משה יואל מזרחי הי"ו.
נאך א קורצע צייט ארום 11:20 איז דער רבי אנגעקומען אין בנין ביהמ"ד הגדול דקהל חרדים ווי עס האבן אפגעווארט די גאנצע קהילה זקנים עם נערים בשירה וזמרה,
דער רבי האט זיך צום ערשט אומגעקוקט אינעם נייעם פראכטפולן מקוה פון ביהמ"ד און דערנאך געגאנגען אינעם פריוואטן מקוה פון הגה"צ גאב"ד קהל חרדים שליט"א,
ארום 11:40 איז דער רבי אריינגעקומען בהיכל הביהמ"ד צו תפילת שחרית אינאיינעם מיט די הונדערטער חברי הקהילה, בעלי בתים ואברכים, בחורי חמד וילדי תשב"ר,
דער רבי האט געלייגט טלית ותפילין אין ביהמ"ד,
בעל תפילה: הרה"ח ר' משה ג'ברא הי"ו.
נאכ'ן דאווענען איז פארגעקומען די ברית לבן הנולד אצל ר' יצחק סאלם הי"ו דער רבי איז מכובד געווארן מיט סנדקאות, און געזאגט די ברכות וקריאת השם,
דערנאך איז דער רבי אריין בחדרו הפרטי און געלייגט תפילין דר"ת.
דערנאך איז דער רבי ארויף אויף א באזוך ביי הגה"צ גאב"ד דקהל חרדים שליט"א אין זיין שטוב העכערן ביהמ"ד,
עס איז געווען אנוועזנד הגאון הגדול ר' שמואל ארי' לעווין שליט"א - ר"י חפץ חיים ארגענטינע, און הגה"צ אב"ד ור"מ מאנסי שליט"א און הגה"צ דומ"ץ דקהלתינו הק' ב"פ שליט"א און אזוי אויך די ראשי הנהלת הקהילה,
עס האט זיך פארמירט א שיינע שמועס איבער די קהילה אין שטאט און דער רבי האט שטארק משבח געווען די חשוב'ע פירות וואס קומען ארויס פון דא אין אלע הינזיכטן, מורה הוראות, סופרים, שוחטים, מרביצי תורה, און נאך, דערנאך האט זיך פארצויגן א שיינע שמועס איבער שחיטה אין ארגענטינע און אין אורעגוויי במשך די לעצטע פערציג יאר, און דער רב שליט"א האט מכבד געווען רבינו שליט"א מיט לחיים, און דער רבי האט ווארעם אנגעוואונטשן פארן רב שליט"א, פאר הגאון ר"י חפץ חיים שליט"א, און פארן גאנצן ציבור.
נאכן באזוך ארום 2:00 אזייגער איז דער רבי אריינגעקומען בהיכל ביהמ"ד הגדול צום מעמד קבלת פנים בהשתתפות פון די גאנצע קהילה אנשים נשים וטף,
מען האט געזינגען עטליכע ניגונים און עס האט אויפגעטרעטן הר"ר מרדכי אפרים פישל סופר שליט"א בן הגה"צ רב הקהילה שליט"א וועלכע האט מקבל פנים געווען רבינו שליט"א,
דערנאך האט אויפגעטרעטן הגה"צ גאב"ד דקהל חרדים שליט"א וועלכע האט באגריסט רבינו שליט"א און ארויסגעברענגט די גרויסע שמחה פון די גאנצע קהילה מיט די רבי'ס באזוך און ארומגערעדט איבער די לעצטע באזוך פון רבינו שליט"א אין ארגענטינע בשנת תשנ"ד בשליחות אביו רביה"ק בעל ברך משה זי"ע און ארויסגעברענגט לשבח פון מתיבתא הקדושה אין ק"י פון ווי רוב בני הקהילה זענען תלמידים און מסיים געווען בברכת קדשו.
דער רבי האט געמאכט א לחיים און אנגעוואונטשן פארן גאנצן ציבור,
דערנאך האט דער רבי משמיע געווען דב"ק ודברי חיזוק והדרכה און ארויסגעברענגט די התפעלות פון די חשוב'ע קהילה און אנגעוואונטשן ברכות לרוב פארן גאנצן ציבור.
דערנאך האט דער רבי פארטיילט א תמוכה הגונה פאר אלע מלמדים און א ספר תהילים פאר אלע קינדער, מען האט געענדיגט ארום 2:50, און דער רבי איז אריבער לבית האכסניא אויף פת שחרית.
ארום 3:30 האט דער רבי פארלאזט די בית האכסניא און אריבער צום שטח הגדול וואו עס וועט בקרוב אויפגעבויעט ווערן א בית גדול וקדוש פאר די ארטיגע קהילה ומוסדות,
דער רבי האט זיך אומגעקוקט אויפן שטח, און דערנאך געמאכט א לחיים און אנגעוואונטשן פאר די עוסקים במלאכת הבני', און משמיע געווען קורצע ברכת הקודש.
פון דארט האט זיך דער רבי ארויסגעלאזט אויפ'ן וועג צום לופטפעלד אין באגלייטונג פון אלע חברי הקהילה בשירה וזמרה,
ארום 4:50 האט זיך געהויבן די פריוואטע פליגער פון רבינו שליט"א אויפן וועג צו באזוכן די שחיטה אינעם דערנעבנדיגן לאנד אורעגוויי.
די פליגער האט געלאנדעט ארום 5:25 אינעם ארטיגן לופטפעלד און דער רבי איז צוגעפארן צום אכסניא א וועג פון ארום א שעה.
דער רבי האט געדאווענט מנחה אין ביהמ"ד פון די שוחטים אינעם בית השחיטה ארום 7:00 אזייגער,
בעל תפילה: הרה"ח ר' חיים בצלאל בלום הי"ו.
נאך מנחה האבן אלע שוחטים שלום גענומען און דער רבי האט זיך נאכגעפרעגט ביי יעדן באזונדער,
ארום 8:30 האט דער רבי בודק געווען די חלפים ווי אלע שוחטים באזונדער האבן געגעבן פארן רבי'ן בודק צו זיין זייערע חלפים,
דערנאך ארום 9:15 האט מען געדאווענט מעריב,
בעל תפילה: משב"ק הרה"ח ר' חיים שלמה פישער הי"ו.
נאך מעריב איז פארגעקומען א מסיבת קבלת פנים דורך די שוחטים,
דער רבי האט געמאכט א לחיים און משמיע געווען דב"ק והדרכה און ארויסגעברענגט די אחריות וואס ליגט אויף די שוחטים און מיט איין בהמה וויפיל אידן מען קען מזכה זיין אדער חלילה מכשיל זיין, און די גרויסע זכות וואס די שוחטים האבן צוצושטעלן כשר'ע פלייש פאר טויזענטער אידן נאך וואס כשרות איז פון די יסודות אין אידישקייט, און מסיים געווען בברכת קדשו.
נאך די דב"ק האט דער רבי פארטיילט שיריים פאר אלע שוחטים.
דערנאך ארום 10:00 אזייגער איז דער רבי אריבערגעפארן צום פלענט אינאיינעם מיט הגה"צ אב"ד ור"מ מאנסי שליט"א און הגה"צ דומ"ץ דקהלתינו הק' ב"פ שליט"א,
צום ערשט האט זיך דער רבי אומגעקוקט אויף די מקום השחיטה און די באקס ווי די בהמות גייען אריין וואס דרייט איבער די בהמות כדי די שחיטה זאל זיין שחיטה מונחת - כדי דאס צו זעהן פון דער נאנט, נישט בשעת די ארבייט.
דערנאך איז דער רבי אריבער צום חלק הניקור וואו דער רבי האט באטראכט א לענגערע צייט דעם גאנצע ניקור אפאראט אויף די פלייש פון די היינטיגע שחיטה און איבערגעגעבן פארשידענע הוראות והדרכות פאר די משגיחים,
פון דארט איז דער רבי אריבער מיטצוהאלטן די חלקי המליחה ובטירחא דגופא אליינס ארויף מיטהאלטן דעם גאנצן סדר פון די זאלצן, און דערנאך ממשיך געווען ביי די חלקי שטופה, שרוי' והדחה מיט אלע חומרות והידורים וואס איז איינגעפירט דורך רבינו שליט"א,
דערנאך איז דער רבי אריין זען דעם גיגאנטישער שטח פון די פעקידזשינג אפאראט וואס איז שוין אנגעגרייט פאר מארגן, און באטראכט א לענגערע צייט דעם גאנצע סדר וויאזוי עס ארבייט ווי עס טיילט זיך אפ די כשר'ע פון די טריפה'נע פלייש וכו' וואו אלעס ווערט אדורכגעפירט מיט די גרעסטע מאס הידור,
ארום 1:00 אזייגער נאך א לענגערע צייט פון גאנצע דריי שעה וואס דער רבי איז ארום בטירחא דגופא אינעם גאנצן פלענט מיט אלע אפטיילונגען איז דער רבי אהיים לבית האכסניא.
מארגן פארטאגס 6:30 ארטיגע זייגער וועט דער רבי צוריקגיין און זיך אומקוקן אויף די מערכת השחיטה, און אלע איבריגע חלקים.
א גוטע נאכט.
~🌴~