ימים הראשונים של חג הסוכות תשפ"ה בצל הקודש אין ק"י
באריכטן ·
🌴בצל הקודש🌴
=ימים הראשונים של חג הסוכות תשפ"ה בצל הקודש אין ק"י=
אין די נאכמיטאג שעות האט דער רבי געבינדן די לולב, און פארן זמן הדלקה"נ געמאכט אן עירוב תבשילין.
ארום 7:00 אזייגער איז דער רבי אריינגעקומען צו תפילת מנחה,
בעל תפילה: הרה"ג ר' עקיבא יוסף כהנא שליט"א - וומ"ס, חתן כ"ק אדמו"ר מבית יצחק דספינקא שליט"א.
מערבית: הרה"ח ר' דוד בר"מ עקשטיין הי"ו.
מען האט געענדיגט דאווענען ארום 7:55.
נאכן דאווענען איז דער ציבור אריבער זאגן גוט יו"ט און דער רבי איז אהיים לביתו נאוה קודש.
ארום 10:50 איז דער רבי אריינגעקומען צום שלחן הטהור אין די סוכה הגדולה.
דער רבי האט צום ערשט געמאכט א ברכה און געצינדן די נרות יו"ט,
דערנאך האט דער רבי איינגעלאדענט די אושפיזין און געמאכט קידוש,
מיט הגבהת הכוס איז מכובד געווארן הר"ר אברהם וואלף פריעדמאן שליט"א.
די בעלי אושפיזין האבן געשטעלט וויין, און נאך די פלייש האבן די בעלי אושפיזין אויפגעגעבן קוגלען און דער רבי האט פארטיילט שיריים פאר די בעלי אושפיזין.
מיט די זמירות האט דער רבי מכבד געווען הרה"ח ר' אברהם יודא ראזענבערג הי"ו - וומ"ס.
דערנאך האט דער רבי געזאגט תורה אויפן מדרש 'אתה אמרת והשענו תחת העץ חייך שאני פורע לבניך מצות סוכה' און ארויסגעברענגט אז בזכות פון אברהם אבינו וואס האט משריש געווען מידת החסד און געגעבן צו עסן פאר מענטשן אפילו אן בעטן האט מען זוכה געווען צו די ענני הכבוד וואס מען האט באקומען אן עס בעטן, משא"כ די באר און די מן וואס מען האט נאר באקומען נאכן זיך באקלאגן, און פארדעם מאכט מען נאר א זכר צו די ענני הכבוד, און בזכות דעם ווערט כלל ישראל געהאלפן ביזן היינטיגן טאג אפילו אן בעטן און הקב"ה איז ממלא יעדנ'ס בקשות.
ברכת המזון: הרה"ח ר' אברהם ווידער הי"ו - ראה"ק.
מען האט געענדיגט די טיש ארום 12:15.
=יום א' דיו"ט=
דער רבי איז אריינגעקומען צום דאווענען ארום 9:50.
ברכות ופסוקי דזמרה: הר"ר ברוך שלמה וויינבערגער שליט"א.
דער רבי איז צוגעגאנגען צום עמוד צו תפילת שחרית והלל און אפגעראכטן די עבודת הקודש ביי די נענועים פאר א לענגערע צייט באש קודש, און נאך הלל פארגעזאגט די הושענות מיט גרויס התעוררות.
ביים ליינען זענען נתכבד געווארן:
הוצאה והכנסה: הר"ר מאיר מייער שליט"א און הרה"ג ר' משה טייטלבוים שליט"א - מו"ץ ביהמ"ד בית שמואל בנימין.
פסוקי שמע ישראל: הרה"ג ר' בעריש קאהן שליט"א - ראה"כ באנטווערפען.
כהן: הרה"ח ר' נפתלי הירצקא קאהן הי"ו.
לוי: הרה"ח ר' אהרן יוסף בערגער הי"ו.
שלישי: הגאון הגדול הדומ"ץ שליט"א.
רביעי: הרה"ח ר' מאיר הירש הי"ו.
נאכן עולה זיין האט דער רבי קורא שם געווען לרגל הולדת הבת אצל:
ר' חיים אלעזר שווארטץ הי"ו.
ר' אהרן ברמ"ש ניימאן הי"ו.
ר' שלמה בראך הי"ו.
ר' יוסף מרדכי פילאפף הי"ו.
הגבה אויפן ערשטן ספר: הרה"ח ר' שמואל לייב בראך הי"ו - וומ"ס.
גלילה: הרה"ח ר' יואל ב"ר שמואל הכהן פריעדמאן הי"ו.
מפטיר: הרה"ח ר' אליעזר לעוו הי"ו - לאנדאן.
הגבה אויפן צווייטן ספר: הרה"ח ר' יצחק יודא היימאן הי"ו.
גלילה: ר' יוסף מרדכי פילאפף הי"ו.
צו תפילת מוסף איז צוגעגאנגען הגאון הגדול הדומ"ץ שליט"א.
פתיחה צו אנעים זמירות: הרה"ח ר' אברהם לייב קליין הי"ו - לאנדאן.
מען האט געענדיגט ארום 1:55.
=ליל ב' דיו"ט=
ארום 7:00 אזייגער איז דער רבי אריינגעקומען צו תפילת מנחה,
בעל תפילה: הרה"ג ר' איתמר מייזליש שליט"א.
מערבית: הרה"ח ר' אברהם יונה שווארטץ הי"ו - ב"פ.
מען האט געענדיגט דאווענען ארום 7:55.
נאכן דאווענען איז דער ציבור אריבער זאגן גוט יו"ט און דער רבי איז אהיים לביתו נאוה קודש.
ארום 11:00 אזייגער איז דער רבי אריינגעקומען צום שלחן הטהור אין די סוכה הגדולה.
דער רבי האט איינגעלאדענט די אושפיזין און געמאכט קידוש.
מיט הגבהת הכוס איז מכובד געווארן הרה"ג ר' בערל גלאנץ שליט"א מבארדיוב.
די בעלי אושפיזין האבן געשטעלט וויין, און נאך די פלייש האבן די בעלי אושפיזין אויפגעגעבן קוגלען און דער רבי האט פארטיילט שיריים פאר די בעלי אושפיזין.
מיט די זמירות האט דער רבי מכבד געווען נכדו הב' יצחק אייזיק ט"ב ני"ו בן הגה"צ רב דביהמ"ד בית ברוך שליט"א.
דערנאך האט דער רבי געזאגט תורה אויפן פסוק 'ויתן לך אלקים מטל השמים' און ארויסגעברענגט אז דורכ'ן מאכן די נענועים אין די סוכה איז מען מעורר די מידת החסד ורחמים פון הקב"ה אז פונקט ווי אברהם אבינו האט נישט געפרעגט קיין קשיות אויף הקב"ה ביי די עקידה וועט הקב"ה אויך נישט פרעגן קיין קשיות אויף כלל ישראל.
ברכת המזון: נכד רבינו הרב לוי יצחק טויב שליט"א חתן חדב"ן הגה"צ רב דביהמ"ד ישמח משה שליט"א.
נאכן בענטשן האט מען ממשיך געווען בשירה וזמרה לרגל שמחת בית השואבה.
מען האט געענדיגט די טיש ארום 12:45.
=יום ב' דיו"ט=
דער רבי איז אריינגעקומען צום דאווענען ארום 10:00 אזייגער.
ברכות ופסוקי דזמרה: הרה"ג ר' יחזקאל לאקס שליט"א - מו"ץ.
דער רבי האט פארגעזאגט וכרות פסוק בפסוק.
דער רבי איז צוגעגאנגען צום עמוד צו תפילת שחרית והלל און אפגעראכטן די עבודת הקודש ביי די נענועים פאר א לענגערע צייט באש קודש, און נאך הלל פארגעזאגט די הושענות מיט גרויס התעוררות.
ביים ליינען זענען נתכבד געווארן:
הוצאה והכנסה: נכדי רבינו הרה"ג ר' זלמן טייטלבוים שליט"א - רב דביהמ"ד בית מנחם זאב, און הרב ליפא טייטלבוים שליט"א בן חדב"ן הגה"צ רב דביהמ"ד ברך משה שליט"א.
פסוקי שמע ישראל: נכד רבינו הרה"ג ר' חיים הערש אשכנזי שליט"א - רב דביהמ"ד רב טוב.
כהן: הרה"ח ר' נחמן כהנא הי"ו.
לוי: הרה"ח ר' משה שלום לוסטיגמאן הי"ו.
שלישי: הרה"ח ר' זלמן לייב קאפפעל הי"ו.
רביעי: נכד רבינו הרה"ג ר' זלמן טייטלבוים שליט"א.
הגבה אויפן ערשטן ספר: הרה"ח ר' מאיר ווערטהיימער הי"ו.
גלילה: הרה"ח ר' בעריש פעלדמאן הי"ו.
מפטיר: הרה"ח ר' יעקב זוסמאן סופר הי"ו.
הגבה אויפן צווייטן ספר: הרה"ח ר' שלמה וואלף שעהנפעלד הי"ו.
גלילה: הרה"ח ר' נחמן קליין הי"ו.
צו תפילת מוסף איז צוגעגאנגען הגה"צ רבי משה טייטלבוים שליט"א - ר"י אור תורה בראזיל.
פתיחה צו אנעים זמירות: הר"ר מאיר זאב שטערן שליט"א.
נאכן דאווענען איז פארגעקומען די ברית לבן הנולד אצל ר' נפתלי זינגער הי"ו ווי דער רבי איז געווען סנדק ומוהל.
מען האט געענדיגט ארום 1:55.
=שבת חוה"מ סוכות=
ארום 6:45 איז דער רבי אריינגעקומען צו מנחה ערב שבת קודש,
בעל תפילה: הרה"ג ר' בערל גלאנץ שליט"א.
קבלת שבת: הרה"ח ר' ברוך עקשטיין הי"ו.
מען האט געענדיגט דאווענען ארום 7:55.
נאכן דאווענען איז דער ציבור אריבער זאגן גוט שבת און דער רבי איז אהיים לביתו נאוה קודש.
ארום 10:45 איז דער רבי אריינגעקומען צום שלחן הטהור אין די סוכה הגדולה.
דער רבי האט צום ערשט איינגעלאדענט די אושפיזין און דערנאך אנגעהויבן שלום עליכם ביז מלך תמים דרכו.
מיט הגבהת הכוס איז מכובד געווארן הר"ר יעקב הערש פריעדמאן שליט"א.
די בעלי אושפיזין האבן געשטעלט וויין, און נאך די פלייש האבן די בעלי אושפיזין אויפגעגעבן קוגלען און דער רבי האט פארטיילט שיריים פאר די בעלי אושפיזין.
מיט כל מקדש האט דער רבי מכבד געווען הר"ר יעקב הערש פריעדמאן שליט"א.
מנוחה ושמחה: הרה"ח ר' יעקב עקיבא וויינשטאק הי"ו.
דערנאך האט דער רבי געזאגט תורה אויפן פסוק ויקץ יעקב משנתו און עס אויסגעטייטשט בדרך דרוש אינעם סוגיא פון מצות לאו ליהנות ניתנו.
קה אכסוף: הר"ר חיים אשכנזי שליט"א - מאנטריאל, חתן הגה"צ גאב"ד דקהלתינו הק' מאנטריאל שליט"א.
ברכת המזון: נכד רבינו הרב חיים יעקב רוקח שליט"א חתן חדב"ן הגה"צ רב דביהמ"ד ישמח משה שליט"א.
דערנאך האט דער רבי דערציילט עובדות וסיפורים פון הרה"ק רבי ר' העשיל מקראקא זצ"ל, און א סיפור פון די באבע הרבנית רחל ע"ה אשת חבר הרה"ק הייטב לב זי"ע, וואס די יארצייטן געפאלן דעם דינסטאג כ' תשרי.
מען האט אויפגעגעבן פירות און די פרישע חתנים זענען אריבער נעמען שיריים.
ווי אויך איז פארגעקומען די שלום זכר ביי ר' ישראל דוד ברז"ל קאפפעל הי"ו.
אז ביום השביעי: הרה"ח ר' יוקל שלעזינגער הי"ו - לאנדאן.
מען האט געענדיגט די טיש ארום 12:50.
=וביום השבת=
דער רבי איז אריינגעקומען צום דאווענען ארום 9:45.
ברכות ופסוקי דזמרה: הרה"ח ר' קלמן גפן הי"ו.
דער רבי איז צוגעגאנגען צום עמוד צו תפילת שחרית והלל, און דערנאך פארגעזאגט די הושענות מיט גרויס התעוררות.
מיט פתיחת הארון ביי די הושענות איז נתכבד געווארן הרה"ח ר' שלום אליעזר פרענקל הי"ו - וומ"ס.
פארן ליינען האט מען געזאגט קהלת.
ביים ליינען זענען נתכבד געווארן:
הוצאה והכנסה: הרה"ג ר' יוסף משה שטויבער שליט"א - מו"ץ, און הרה"ג ר' יצחק שלום פריעדמאן שליט"א - מו"ץ.
פסוקי שמע ישראל: הר"ר חיים אשכנזי שליט"א - מאנטריאל.
כהן: הרה"ח ר' ישראל מאיר פריעדמאן הי"ו - וומ"ס.
לוי: הרה"ח ר' שלמה משה קלאגסברוין הי"ו.
שלישי: הרה"ח ר' יעקב מיטטעלמאן הי"ו.
רביעי: הרה"ח ר' יחזקאל דוד בערקאוויטש הי"ו - וומ"ס.
חמישי: הרה"ח ר' ברוך מרדכי מארקאוויטש הי"ו.
שביעי: הרה"ג ר' יוסף משה שטויבער שליט"א.
הגבה אויפן ערשטן ספר: נכד רבינו הרב מאיר אליעזר מייזליש שליט"א בן חדב"ן הגה"צ רב דביהמ"ד ישמח משה שליט"א.
גלילה: הרה"ח ר' יואל ברי"א וויינבערגער הי"ו.
מפטיר: הרה"ח ר' מאיר הירש הי"ו.
הגבה אויפן צווייטן ספר: נכד רבינו הרב לוי יצחק טויב שליט"א חתן חדב"ן הגה"צ רב דביהמ"ד ישמח משה שליט"א.
גלילה: הרה"ח ר' משה ישראל אטיק הי"ו.
צו תפילת מוסף איז צוגעגאנגען הרה"ח ר' מאיר הירש הי"ו.
פתיחה צו אנעים זמירות: הרה"ח ר' יוסף גריפל הי"ו - ב"פ.
מען האט געענדיגט ארום 1:20.
דער רבי איז אריינגעקומען צו תפילת מנחה ארום 6:50.
צום עמוד איז צוגעגאנגען הרה"ח ר' יעקב מיטטעלמאן הי"ו.
ביים ליינען איז מכובד געווארן,
הוצאה והכנסה: הרה"ח ר' ברוך מרדכי ראזענבערג הי"ו.
כהן: הרה"ח ר' יצחק פנחס גלאנצער הי"ו.
לוי: הר"ר יואל ברשא"מ גרובער שליט"א.
שלישי: הרה"ח ר' שמואל דוד מארקאוויטש הי"ו - וומ"ס.
דער רבי איז געגאנגען הגבה.
גלילה: הרה"ח ר' אברהם בער שפיטצער הי"ו - וומ"ס.
נאך מנחה איז דער רבי אריבער צום סוכה הגדולה צו שלו"ס.
ביי של"ס האט דער רבי מכבד געווען מיט אודה הרה"ח ר' שלמה הערש בר"מ עקשטיין הי"ו.
שיר המעלות: הרה"ח ר' משה גאלדשטיין הי"ו.
דער רבי האט זיך געשטעלט אויפן פסוק 'והנה סולם ניצב ארצה וראשו מגיע השמימה' און דער רבי האט ארויסגעברענגט אז מען האט מגלה געווען פאר יעקב אבינו אז יעדע מצוה אפילו פון א פשוט'ע איד האט א געוואלדיגע חשיבות ביי הקב"ה, און די זעלבע אפילו אויף די סוכה פון א פשוטע איד איז שורה די שמות הק' און איז משפיע גרויסע השפעות בכל ענינים.
ידיד נפש: הרה"ג ר' בעריש קאהן שליט"א.
קל מסתתר: הרה"ח ר' אליעזר לעוו הי"ו.
דער רבי האט געבענטשט על הכוס.
הגבהת הכוס: נכד רבינו הרב מרדכי יודא האלבערשטאם שליט"א חתן הגה"צ אב"ד סיגוט שליט"א.
צו מעריב איז צוגעגאנגן הרה"ח ר' מאיר הירש הי"ו.
נאך מעריב האט דער רבי געמאכט הבדלה.
נאך הבדלה איז דער ציבור אריבער זאגן א גוטן מועד.
מען האט געענדיגט ארום 9:00 אזייגער.
=מוצ"ש - ליל ב' דחוה"מ=
~אושפיזא דמשה~
דער רבי איז אריינגעקומען צום עריכת השלחן אין די סוכה הגדולה ארום 11:35.
דער רבי האט געזאגט די סדר אושפיזין, און זיך געוואשן,
פאר די פיש האט מען געזינגען די זמירות למלוה מלכה.
מען האט ארויף געגעבן די מאכלים ווי יו''ט,
די בעלי אושפיזין האבן געשטעלט וויין, און נאך די פלייש האבן די בעלי אושפיזין אויפגעגעבן קוגלען און דער רבי האט פארטיילט שיריים פאר די בעלי אושפיזין,
מיט די שיר המעלות האט דער רבי מכבד געווען: הרה"ג ר' קלמן האלברשטאם שליט"א - רב דביהמ"ד צאנז ק"י.
הרה"ח ר' משה גאלדשטיין הי"ו.
הר"ר משה הערש קליין שליט"א.
הרה"ח ר' משה יוסף פריעדמאן הי"ו.
הרה"ח ר' משה כהנא הי"ו - ב"פ.
הרה"ח ר' משה יוסף ווערטהיימער הי"ו - וומ"ס.
דערנאך האט דער רבי געזאגט תורה און ארויסגעברענגט אז די ד' מינים גיבן אריין א קדושה אין יעדן איד און דאס מאכט אז מען זאל קענען זען אין וועלכע אות אין די ספר תורה זיין נשמה איז מקושר און דורכדעם ווערט מען נישט בטל ברוב האומות.
ברכת המזון: הרה"ג ר' זלמן לייב רובין שליט"א - אדמו"ר מדינוב מאנסי.
נאכן בענטשן האט מען ממשיך געווען בשירה וזמרה ווי דער רבי האט זיך אויפגעשטעלט טאנצן לכבוד שמחת בית השואבה.
מען האט געענדיגט ארום 1:40.
~🌴~