מאנטאג שמיני
באריכטן ·
🌴בצל הקודש🌴
=מאנטאג שמיני=
דער רבי האט געדאווענט שחרית אין ישיבה גדולה סניף דברי יואל.
פארן דאווענען האט דער רבי געלייגט תפילין פאר די בר מצוה בחורים,
ב"ר יעקב מאיר לעווי הי"ו.
ב"ר חיים יחזקאל פריעדמאן הי"ו.
ב"ר מרדכי אפעלדארפער הי"ו.
ביים ליינען איז דער רבי געגאנגען הגבה.
נאכן דאווענען האט דער רבי פארגעלערנט א תהילים שיעור אויף קאפיטל י"ט פסוק י"ד.
דערנאך איז פארגעקומען א לחיים מיט די בר מצוה בחורים בחדרו הפרטי.
ארום 1:40 איז דער רבי אנגעקומען אין ישיבה גדולה סניף קדושת יואל ווי דער רבי האט פארגעלערענט די צווייטע סוגיא שיעור אין די סוגיא פון 'דבר שיש לו מתירין' אלץ הכנה צום שבת הגדול דרשה,
מען האט געענדיגט ארום 2:30.
ארום 6:30 האט דער רבי געדאווענט מנחה בביתו נאוה קודש אויף צאנז קט.
פארנאכטס האט דער רבי מסדר קידושין געווען ביי די חופה פון די מחותנים הרה"ח ר' דוד ווערטהיימער הי"ו און הרה"ח ר' אברהם חיים היילברוין הי"ו אין די זאלן פון כינור דוד.
און ביי די חופה פון די מחותנים הרה"ח ר' חיים מרדכי בוכינגער הי"ו און הרה"ח ר' משה מרדכי גרינפעלד הי"ו אין די זאלן פון בית רחל פאראדייס.
און ביי די חופה פון די מחותנים הרה"ח ר' יודא לייב פילאפף הי"ו און הרה"ח ר' שלום יוסף בראך הי"ו אין די זאלן פון גינת קליין.
זמני כניסה איז געווען פון 8:15 ביז 12:00 אזייגער אויפדערנאכט בביתו נאוה קודש אויף איהעל קט.
ארום 10:15 האט דער רבי געליינט די תנאים פון די מחותנים הרה"ח ר' בעריש פעלדמאן הי"ו און הרה"ח ר' טובי' בראך הי"ו אין די תנאים זאלן בביתו נאוה קודש.
בעת די זמני כניסה זענען אריין בקודש פנימה א קבוצה חברי קהילה פון 'קהילת מבקשים' אין באוקע - ראטאן פלארידע,
דער רבי האט משמיע געווען דברי חיזוק פאר די חברי הקהילה און זיך נאכגעפרעגט איבער די ארטיגע קהילה ומוסדות און איבער די שיעורי תורה אין די קהילה,
דערנאך האט דער רבי אנגעוואונטשן פאר הרב אפרים גאלדבערג שליט"א - רב הקהילה ברכת הקודש און הצלחה אויף ווייטער און דערביי געגעבן ספרו לב אהרן על הגדה של פסח, און דערנאך זענען די חברי הקהילה אריבער אפנעמען ברכת הקודש.
אויך האבן הבה"ח אפרים ב"ר אברהם בראך הי"ו און הב' יוסף מנחם ב"ר יואל כ"ץ הי"ו זיך געשטעלט צום פארהער ביי רבינו שליט"א אויף שו"ע הלכות שבת.
דער רבי האט געדאווענט מעריב ארום 12:00 אזייגער.
נאך מעריב איז דער רבי אריבער צום נייעם פראכטפולן לאקאל פון 'קרויס שטריימלעך',
דער רבי האט צום ערשט קובע געווען א מזוזה אויפן אריינגאנג און דערנאך זיך אומגעקוקט אינעם גאנצן געשעפט,
דערנאך איז פארגעקומען א מסיבת לחיים ווי דער רבי האט ארומגערעדט עובדות והנהגות איבערן לבוש פון די שטריימל און ווארעם אנגעוואונטשן פאר די בעלי בתים ברכת קדשו.
א גוטע נאכט.
~🌴~