זונטאג שמיני
באריכטן ·
🌴בצל הקודש🌴
=זונטאג שמיני=
דער רבי האט געדאווענט שחרית אין ישיבה גדולה סניף קדושת יואל.
פארן דאווענען האט דער רבי געלייגט תפילין פאר די בר מצוה בחורים,
ב"ר חיים מנחם מאניס מארקאוויטש הי"ו.
ב"ר געציל גרין הי"ו.
ב"ר שמואל הערש פעלדמאן הי"ו.
ב"ר משה יהודה ברד"ש גאלדבערגער הי"ו.
ב"ר יואל יצחק סופר הי"ו.
ב"ר שלמה לייב גרובער הי"ו.
ב"ר יואל בר"ש פריעדמאן הי"ו.
ב"ר יואל ב"ר פישל פארקאש הי"ו.
דער רבי האט געצינדן לעכט לרגל די יומדה"ק פון הרה"ק רבי ר' אלימלך מליזענסק זי"ע.
פאר הודו האט דער רבי געזאגט די תפילה קודם התפילה פונעם הייליגן רבי ר' אלימלך זי"ע מיט בכיות עצומות פאר א לאנגע צייט.
נאכן דאווענען האט דער רבי פארגעלערנט א תהילים שיעור אויף קאפיטל י"ט פסוק ט"ו, ווי דער רבי האט ארומגערעדט איבער די קדושה פונעם בעל הילולא זי"ע.
דערנאך איז פארגעקומען א לחיים מיט די בר מצוה בחורים ברוב עם בהיכל הביהמ"ד.
ארום 1:45 איז דער רבי אנגעקומען אין ישיבה גדולה סניף קדושת יואל ווי דער רבי האט פארגעלערענט די ערשטע סוגיא שיעור אין די סוגיא פון 'דבר שיש לו מתירין' אלץ הכנה צום שבת הגדול דרשה,
מען האט געענדיגט ארום 2:25.
ארום 6:30 האט דער רבי געדאווענט מנחה בביתו נאוה קודש אויף צאנז קט.
פארנאכטס האט דער רבי מסדר קידושין געווען ביי די חופה פון די מחותנים הרה"ח ר' חיים לייב מארקאוויטש הי"ו און הרה"ח ר' ישראל מרדכי וואנחאצקער הי"ו אין די זאלן פון כינור דוד.
און ביי די חופה פון די מחותנים הרה"ח ר' אליעזר געלב הי"ו און הרה"ח ר' יואל אייגנער הי"ו אין די זאלן פון בית רחל פאראדייס.
און ביי די חופה פון די מחותנים הרה"ח ר' יואל וואלנער הי"ו און הרה"ח ר' מרדכי ווינקלער הי"ו אין די זאלן פון גינת קליין.
צווישן די חופות איז דער רבי אריין אין בנין הבית רחל 'בנין הירש ג"ב לאנדא' ווי עס קומט פאר די לימודים פון מתמידים 'רץ למשנה',
דער רבי האט זיך ארומגעדרייט און זיך אומגעקוקט אויף די לימודים פאר א לענגערע צייט מיט א שטארקע קורת רוח און אנגעוואונטשן ברכת קדשו פאר די הנהלת המתמידים.
ארום 8:00 אזייגער איז דער רבי אנגעקומען צו די זאלן בביתו נאוה קודש צום מסיבת לחיים לרגל די יומדה"ק פונעם הייליגן רבי ר' אלימלך זי"ע אינאיינעם מיט תלמידי ישיבת קנין תורה פון מאנסי,
מען האט געזינגען עטליכע ניגוני התעוררות,
דער רבי האט געמאכט א לחיים און אנגעוואונטשן פאר די מגידי שיעור און פאר די תלמידי הישיבה,
דערנאך האט דער רבי משמיע געווען דב"ק ארומרעדענדיג איבער די גדלות פונעם בעל הילולא זי"ע, און מסיים געווען בברכת קדשו,
דערנאך האט דער רבי פארטיילט כתבים פאר די מצטייני הישיבה.
זמני כניסה איז געווען פון 8:30 ביז 12:30 אויפדערנאכט בביתו נאוה קודש אויף איהעל קט.
בעת די זמני כניסה איז געקומען אויף א באזוך הרה"צ רבי צבי הירש פיש שליט"א - אדמו"ר מזידיטשוב פרעמיסלא,
עס האט זיך פארצויגן א שיינע שמועס פונעם הייליגן רבי ר' אלימלך זי"ע, און צווישן אנדערע האט דער רב שליט"א איבערגעגעבן א גרוס פון ישיבה גדולה שיעור ד' ווי דער רב שליט"א האט זיך באטייליגט ביים סעודת הילולא און אויפגעטרעטן מיט דברי התחזקות,
דער רבי האט מכבד געווען מיט לחיים און ווארעם אנגעוואונטשן ברכת קדשו.
דער רבי האט געדאווענט מעריב ארום 12:30.
א גוטע נאכט.
~🌴~