שבת קודש פרשת צו - פרה
באריכטן ·
🌴בצל הקודש🌴
=שבת קודש פרשת צו - פרה=
פארן זמן הדלקה"נ האט דער רבי אנגעטוהן די שטריימל פאר החתן ישעי' ב"ר דוד ווערטהיימער הי"ו און החתן אברהם ב"ר אליעזר געלב הי"ו.
ארום 7:50 איז דער רבי אריינגעקומען צו מנחה ערב שבת קודש, ווי דער רבי איז צוגעגאנגען צום עמוד.
קבלת שבת: הרה"ח ר' אברהם שמעון קטינא הי"ו - אנטווערפן.
מען האט געענדיגט דאווענען ארום 9:25.
נאכן דאווענען איז דער ציבור אריבער זאגן גוט שבת און דער רבי איז אריין לחדרו הפרטי.
ארום 10:00 אזייגער איז דער רבי אריינגעקומען צום שלחן הטהור בהיכל השלחנות אינאיינעם מיט די תלמידי הישיבה.
מיט אשת חיל האט דער רבי מכבד געווען דעם אייניקל הבה"ח ישראל דושינסקיא ני"ו בן חדב"ן הגה"צ רב דביהמ"ד אהל פיגא שליט"א.
מיט הגבהת הכוס איז מכובד געווארן נכד רבינו הרב מאיר יודא אשכנזי שליט"א חתן חדב"ן הגה"צ רב דביהמ"ד אבני צדק שליט"א.
מיט כל מקדש האט דער רבי מכבד געווען הרה"ח ר' חיים אברהם בערנשטיין הי"ו - לאנדאן.
מנוחה ושמחה: הרה"ג ר' ארי' אשר אינדיג שליט"א - מו"ץ ביהמ"ד מהרש"א.
דערנאך האט דער רבי געזאגט תורה אויפן פסוק זאת תורת העולה און עס אויסגעטייטשט בדרך דרוש אינעם סוגיא צו א שליח קען מקבל זיין א קידושין.
קה אכסוף: הגה"צ רבי שלמה רובין שליט"א - רב דביהמ"ד ציעשנוב ק"י.
ברכת המזון: הגה"צ רבי קלמן האלבערשטאם שליט"א - רב דביהמ"ד צאנז ק"י.
דערנאך האט דער רבי דערציילט עובדות וסיפורים פונעם הייליגן רבי ר' אלימלך מליזענסק זי"ע וואס די יארצייט געפאלט דעם זונטאג כ"א אדר.
קה רבון עלם: הרה"ג ר' הלל ראבינאוויטש שליט"א - מנה"ר ישיבה גדולה סניף ברך משה.
מען האט אויפגעגעבן פירות און די פרישע חתנים זענען אריבער נעמען שיריים.
אז ביום השביעי: הרה"ג ר' מענדל הערש כהנא שליט"א - דומ"ץ קארלסבורג וומ"ס.
מען האט געענדיגט די טיש ארום 12:55.
=וביום השבת=
דער רבי איז אריינגעקומען צום דאווענען ארום 9:35.
ברכות ופסוקי דזמרה: הרה"ח ר' מענדל ווערטהיימער הי"ו - וומ"ס.
דער רבי איז צוגעגאנגען צום עמוד צו תפילת שחרית ויוצר,
מען האט געזינגען ביי מכלכל חיים און ביי ממקומך כנהוג.
ביים ליינען זענען נתכבד געווארן:
הוצאה והכנסה: הרה"ח ר' שמואל יודא קליין הי"ו און הרה"ח ר' עקיבא וויינשטאק הי"ו.
פסוקי שמע ישראל: הרה"ג ר' ליפא בערקאוויטש שליט"א - מו"ץ.
כהן: החתן יוסף ב"ר יואל כ"ץ הי"ו.
לוי: הר"ר יעקב שלום ווייס שליט"א.
שלישי: הרה"ג ר' ברוך הורוויץ שליט"א - דומ"ץ מעליץ וומ"ס.
רביעי: החתן יעקב אליעזר בהרה"ג ר' ליפא בערקאוויטש שליט"א - באווארפען.
חמישי: החתן ישעי' ב"ר דוד ווערטהיימער הי"ו - באווארפען.
שישי: הגאון הגדול הדומ"ץ שליט"א.
שביעי: החתן בערל ב"ר ליפא האלפערט הי"ו.
אחרון: החתן משה יודא ב"ר שמואל פייערשטיין הי"ו.
הגבה: הרה"ח ר' חיים ווייס הי"ו.
גלילה: הרה"ח ר' אהרן שמואל גלאנץ הי"ו.
מפטיר - קריאת פרשת פרה: רבינו שליט"א.
דער רבי האט קורא שם געווען לרגל הולדת הבת אצל:
ר' אלימלך בר"י שטיין הי"ו.
ר' אברהם וואלף וויינבערגער הי"ו.
הגבה: הרה"ח ר' מרדכי פיליפ הי"ו - אשדוד.
גלילה: הרה"ח ר' ליפא האלפערט הי"ו.
צו תפילת מוסף איז צוגעגאנגען הרה"ג ר' הלל ראבינאוויטש שליט"א.
פתיחה צו אנעים זמירות: הרה"ח ר' אברהם מנשה פיליפ הי"ו - אוסטראליע.
מען האט געענדיגט ארום 12:35.
דער רבי איז אריינגעקומען צו תפילת מנחה ארום 7:45.
צום עמוד איז צוגעגאנגען הרה"ח ר' אהרן הערש בערקאוויטש הי"ו.
ביים ליינען איז מכובד געווארן,
הוצאה והכנסה: הרה"ח ר' אברהם פייערשטיין הי"ו.
כהן: הרה"ח ר' יעקב פריעדמאן הי"ו.
לוי: הרה"ח ר' בעריש אפפעל הי"ו.
שלישי: הרה"ח ר' גרשון מענדל ניימאן הי"ו.
דער רבי איז געגאנגען הגבה.
גלילה: הרה"ח ר' יואל ברש"ל זאלדאן הי"ו.
ביי של"ס האט דער רבי מכבד געווען מיט אודה הרה"ח ר' נח גפן הי"ו.
שיר המעלות: הרה"ח ר' משה גאלדשטיין הי"ו.
דער רבי האט זיך געשטעלט אויף די קריאה פון פרה 'זאת חקת התורה' און ארויסגעברענגט אז פון פרה זעט מען די הארבקייט און ווי שטארק מען דארף נזהר זיין פון א הרהור עבירה, און דער רבי האט שטארק מעורר געווען און נאכגעזאגט אז היינט נאכט מוצ"ש איז די יארצייט פונעם הייליגן רבי ר' אלימלך מליזענסק זי"ע וואס ער שרייבט אין הנהגת אדם 'וישמור עצמו מעבירות מהרהורים רעים בכל אופן ואופן',
ידיד נפש: הרה"ג ר' יוסף קדיש בראנדסדארפער שליט"א - רב דקהל חסידים טבריה.
קל מסתתר: הרה"ג ר' יושע נחמן בערגער שליט"א - ב"פ.
שושנת יעקב: הרה"ח ר' שמואל דוד מארקאוויטש הי"ו - וומ"ס.
דער רבי האט געבענטשט על הכוס.
הגבהת הכוס: החתן הערשל ב"ר יואל זאלדאן הי"ו.
דערנאך האט דער רבי געזאגט שבע ברכות.
צו מעריב איז צוגעגאנגן הרה"ח ר' יואל וויינבערגער הי"ו.
נאך מעריב האט דער רבי געמאכט הבדלה.
נאך הבדלה איז דער ציבור אריבער זאגן א גוטע וואך.
מען האט געענדיגט ארום 10:10.
א גוטע וואך.
~🌴~