שבת קודש פרשת ויקרא - זכור
באריכטן ·
🌴בצל הקודש🌴
=שבת קודש פרשת ויקרא - זכור=
פארן זמן הדלקה"נ האט דער רבי אנגעטוהן די שטריימל פאר החתן הערשל ב"ר יואל זאלדאן הי"ו.
ארום 7:45 איז דער רבי אריינגעקומען צו מנחה ערב שבת קודש, ווי דער רבי איז צוגעגאנגען צום עמוד.
קבלת שבת: הרה"ח ר' יואל ברש"מ עקשטיין הי"ו.
מען האט געענדיגט דאווענען ארום 9:15.
נאכן דאווענען איז דער ציבור אריבער זאגן גוט שבת און דער רבי איז אריין לחדרו הפרטי.
ארום 9:45 איז דער רבי אריינגעקומען צום שלחן הטהור בהיכל השלחנות אינאיינעם מיט די תלמידי שיעור ג' פון די ישיבות קטנות פון ק"י.
מיט אשת חיל האט דער רבי מכבד געווען דעם אייניקל הבה"ח ישראל דושינסקיא ני"ו בן חדב"ן הגה"צ רב דביהמ"ד אהל פיגא שליט"א.
מיט הגבהת הכוס איז מכובד געווארן הר"ר ברוך שלמה וויינבערגער שליט"א - ראש המנהלים במוסדותינו הק' בק"י.
נאך די פיש האט דער רבי משמיע געווען דב"ק פאר די בחורים און ארויסגעברענגט אז מען זאל זען צו האבן א דערהויבענעם פורים, 'ואת שרי המדינות וכו' מנשאים את היהודים' מען זאל זיך דערהייבן! און זיכער נישט טוהן קיין זאכן מיט וואס מען גייט זיך שעמען נאך פורים, און ארומגיין נאך געלט מיט א דערהויבענקייט סיי מיט די לבוש און סיי מיט די ניגונים און מאכן א קידוש השם.
מיט די זמירות האט דער רבי מכבד געווען די מנהלים פון די ישיבה קטנות,
כל מקדש: הר"ר יואל אפענהיים שליט"א - מנהל סניף דרך התורה.
מנוחה ושמחה: הר"ר חיים לייב זילבערשטיין שליט"א - מנהל סניף ייטב פנים.
דערנאך האט דער רבי געזאגט תורה אויפן פסוק ויקרא ה' אל משה און עס אויסגעטייטשט בדרך דרוש אינעם סוגיא צו מען האט געהאט פאר מתן תורה א דין בן נח אדער א דין ישראל.
קה אכסוף: הר"ר שמעון אברהם ראטה שליט"א - מנהל סניף השיב משה.
ברכת המזון: הר"ר ברוך שלמה וויינבערגער שליט"א.
דערנאך האט דער רבי דערציילט עובדות וסיפורים פון הרה"ח ר' משה ארי' פריינד ז"ל - ראה"ק דק"ק סיגוט יע"א וואס די יארצייט געפאלט דעם מיטוואך י"ז אדר.
קה רבון עלם: הר"ר שלמה אלימלך שטיין שליט"א - מנהל סניף דברי חיים.
מען האט אויפגעגעבן פירות און די פרישע חתנים זענען אריבער נעמען שיריים.
אז ביום השביעי: הר"ר יואל הערש ווידער שליט"א - מנהל סניף זרע קודש.
מען האט געענדיגט די טיש ארום 12:30.
=וביום השבת=
דער רבי איז אריינגעקומען צום דאווענען ארום 9:30.
ברכות ופסוקי דזמרה: ר' ליפא ברש"ל פריעד הי"ו.
דער רבי איז צוגעגאנגען צום עמוד צו תפילת שחרית ויוצר.
מען האט געזינגען ביי מכלכל חיים און ממקומך כנהוג.
ביים ליינען זענען נתכבד געווארן:
הוצאה והכנסה: הרה"ח ר' פישל פארקאש הי"ו און הרה"ח ר' שמואל דוד ווייזער הי"ו - וומ"ס.
פסוקי שמע ישראל: הרה"ח ר' ישראל פערל הי"ו.
כהן: החתן יוסף ב"ר יואל בר"ש כץ הי"ו - באווארפען.
לוי: הרה"ח ר' שלום יוסף לעווינגער הי"ו.
שלישי: הפ"ר הר"ר שלמה לייב וויינבערגער שליט"א.
רביעי: החתן אליעזר ב"ר יעקב יואל גאלדענבערג הי"ו - באווארפען.
חמישי: החתן הערשל ב"ר יואל זאלדאן הי"ו - באווארפען.
שישי: החתן דוב בער ב"ר ליפא האלפערט הי"ו - באווארפען.
שביעי: החתן ארי' דוב ב"ר יצחק יושע קארנבלי הי"ו.
הוספות: החתן אהרן ב"ר שלמה יקותיאל הערשקאוויטש הי"ו.
החתן משה הלל ב"ר עזריאל מאיר קאהן הי"ו.
אחרון: החתן יחיאל שלמה ב"ר אברהם יושע גלאנץ הי"ו.
הגבה: הרה"ח ר' חיים אלימלך יאקאב הי"ו.
גלילה: הרה"ח ר' ליפא האלפערט הי"ו.
דער רבי האט עולה געווען מפטיר די קריאה פון זכור און געליינט די קריאה מיט גרויס התעוררות.
דער רבי האט קורא שם געווען לרגל הולדת הבת אצל:
ר' שמשון רובינפעלד הי"ו.
ר' גרשון גפן הי"ו.
ר' הערשל ברמ"א זאלדאן הי"ו.
הגבה: הרה"ח ר' מנחם ישעי לעווי הי"ו.
גלילה: הרה"ח ר' יצחק יושע קארנבלי הי"ו.
צו תפילת מוסף איז צוגעגאנגען הרה"ח ר' שמואל הכהן פריעדמאן הי"ו - משב"ק.
פתיחה צו אנעים זמירות: הרה"ח ר' עזריאל מאיר קאהן הי"ו - וומ"ס.
מען האט געענדיגט ארום 12:55.
דער רבי איז אריינגעקומען צו תפילת מנחה ארום 7:10
צום עמוד איז צוגעגאנגען ר' יודל ברנ"ש שווארטץ הי"ו.
ביים ליינען איז מכובד געווארן,
הוצאה והכנסה: הרה"ח ר' יואל ברש"ל זאלדאן הי"ו.
כהן: הרה"ח ר' אברהם יושע גלאנץ הי"ו.
לוי: הר"ר יוסף דוד לעווי שליט"א.
שלישי: הר"ר יואל ישראל גרינבוים שליט"א - וומ"ס.
דער רבי איז געגאנגען הגבה.
גלילה: הרה"ח ר' יעקב פסח האפפער הי"ו - ב"פ.
ביי של"ס האט דער רבי מכבד געווען מיט אודה הרה"ח ר' נח גפן הי"ו.
שיר המעלות: הרה"ח ר' משה גאלדשטיין הי"ו.
דער רבי האט זיך געשטעלט אויף די קריאה פון זכור און ארויסגעברענגט אז ווען מען טוט תשובה שבת קודש איז מען מכניע די שר פון עמלק און מען איז מקיים מחיית עמלק, און ארומגערעדט אז שב"ק איז א ריכטיגע הכנה צו יו"ט פורים.
ידיד נפש: הר"ר יואל ישראל גרינבוים שליט"א.
קל מסתתר: הרה"ח ר' יעקב פסח האפפער הי"ו.
שושנת יעקב: הר"ר נפתלי משה ווייס שליט"א.
דער רבי האט געבענטשט על הכוס.
הגבהת הכוס: החתן יחיאל שלמה ב"ר אברהם יושע גלאנץ הי"ו.
דערנאך האט דער רבי געזאגט שבע ברכות.
צו מעריב איז צוגעגאנגן הרה"ח ר' עקיבא וויינשטאק הי"ו.
מען האט געענדיגט ארום 8:55, און דער רבי איז אריין לחדרו הפרטי.
~מוצש"ק ליל פורים~
ארום 9:35 איז דער רבי אריינגעקומען אין ביהמ"ד און ארויף אויפן באלעמער און געזאגט די לשם יחוד וכו' און אויסגעשפרייט די מגילה כאגרת, און געליינט די מגילה מיט גרויס התעורורות און מיט התלהבות אש.
דאס ליינען האט זיך פארצויגן פאר א שעה, און מען האט געענדיגט אום 10:40, מען האט געזאגט די ברכות און ויהי נועם און עלינו,
דערנאך האט דער רבי געמאכט הבדלה,
נאך הבדלה האט דער רבי געוואונטשן א גוט וואך פארן גאנצן ציבור און איז אהיים לביתו נאוה קודש.
ארום 12:35 איז דער רבי אריינגעקומען צום שלחן הטהור אין היכל השלחנות.
דער רבי האט געטאנצען אויפן פלאץ פאר עטליכע מינוט און דערנאך זיך געוואשן צום סעודה לכבוד היום,
פאר די פיש האט מען געזינגען זמירות פון מלוה מלכה,
מען האט אויפגעגעבן די מאכלים אזוי ווי יו"ט,
במשך די סעודה האט מען געזינגען מערערע לעבעדיגע ניגונים, און געטאנצן בשמחה וחדוה לכבוד פורים,
מיט אשר הניא האט דער רבי מכבד געווען הר"ר נתנאל מנחם דייטש שליט"א.
שושנת יעקב: הר"ר דוד משה ראזענבוים שליט"א - רב דביהמ"ד קרעטשניף ק"י.
דערנאך האט דער רבי משמיע געווען דברות קודש ווי דער רבי האט ארומגערעדט בדרך דרוש בעניני פורים און מסיים געווען בברכת קדשו,
דערנאך האט מען ממשיך געווען מיט לעבעדיגע ניגונים, דערנאך האט אויפגעטרעטן דער פורים ראב"ד הר"ר נפתלי משה ווייס שליט"א מיט דברי בדחנות, און צום סוף געזינגען הערליכע חרוזים בענין שמירת עינים לכבוד די חבורה 'לגיון של מלך' ווי הונדערטער בחורים האבן אינטערגעשריבן נישט צוצורירן צו קיין סמארטפאון און אנדערע כלים הטמאים,
דערנאך האט דער רבי פארטיילט פאר די גבאים פון די ישיבות וועלכע האבן צוזאמגענומען די חתימות די פעקלעך געבענטשטע מטבעות אויסצוטיילן פאר אלע בחורים,
ברכת המזון: הר"ר פנחס אלימלך ווייס שליט"א.
מען האט געענדיגט דעם טיש ארום 2:30.
~🌴~