מיטוואך ויקרא
באריכטן ·
🌴בצל הקודש🌴
=מיטוואך ויקרא=
פארן דאווענען איז פארגעקומען די ברית לבן הנולד אצל ר' יעקב יוסף פעלבערבוים הי"ו ווי דער רבי איז געווען סנדק ומוהל.
און די ברית לבן הנולד אצל ר' זלמן גראסבערג הי"ו ווי דער רבי איז געווען סנדק.
דער רבי האט געדאווענט שחרית אין ישיבה גדולה סניף ויואל משה.
פארן דאווענען האט דער רבי געלייגט תפילין פאר די בר מצוה בחורים,
ב"ר בנימין זאב שווארטץ הי"ו.
ב"ר יעקב קלעפנער הי"ו.
נאכן דאווענען האט דער רבי פארגעלערנט א תהילים שיעור אויף קאפיטל י"ט פסוק י"ב.
דערנאך איז פארגעקומען א לחיים מיט די בר מצוה בחורים בחדרו הפרטי.
אויך זענען אריין בחדרו הפרטי די גבאים פון קופת אבני חסד פון אלע סניפי המתיבתא מקבל זיין ברכת הקודש לקראת יו"ט פורים הבעל"ט,
דער רבי האט אינטערגעשריבן די שליחות הקודש פאר די גבאים און ווארעם אנגעוואונטשן ברכת קדשו און פארטיילט שליח מצוה געלט פאר די גבאים.
אין די פארמיטאג שעות איז דער רבי געווען אויף די וועכענטליכע באזוך אינעם מצה בעקערי דקהלתינו הק'.
ארום 5:45 האט דער רבי געדאווענט מנחה בביתו נאוה קודש אויף צאנז קט.
נאך מנחה איז פארגעקומען די ברית לבן הנולד אצל ר' בנציון יוסף זאלדאן הי"ו בבית אביו הר"ר אברהם הערש זאלדאן שליט"א ווי דער רבי איז געווען סנדק ומוהל.
פארנאכטס האט דער רבי מסדר קידושין געווען ביי די חופה פון די מחותנים הרה"ח ר' ארי' ברמ"א הערשקאוויטש הי"ו און הרה"ח ר' משה יעקב יודא ווערצבערגער הי"ו אין די זאלן פון כינור דוד.
און ביי די חופה פון די מחותנים הרה"ח ר' מרדכי הערש היימאן הי"ו און הרה"ח ר' שאול יחזקאל פראמאוויטש הי"ו אין די זאלן פון בית רחל פאראדייס.
און ביי די חופה פון די מחותנים הרה"ח ר' ירמי' שמואל ווייס הי"ו און הרה"ח ר' שלמה אפרים צוויבל הי"ו אין די זאלן פון גינת קליין.
זמני כניסה איז געווען פון 8:15 ביז 11:25 אויפדערנאכט בביתו נאוה קודש אויף איהעל קט.
ארום 10:15 האט דער רבי געליינט די תנאים פון די מחותנים הרה"ח ר' שמחה האלפערט הי"ו און הרה"ח ר' נפתלי הירצקא בראך הי"ו אין די תנאים זאלן בביתו נאוה קודש.
בעת די זמני כניסה זענען אריין די בחורים עסקנים פון חבורת 'לגיון של מלך' וועלכע זענען זיך מקבל קבלות טובות בעניני טעכנעלאגיע,
דער רבי האט ווארעם אנגעוואונטשן ברכת קדשו און געבענטשט די מטבעות וועלכע וועלן ווערן פארטיילט פאר די הונדערטער בחורים וועלכע זענען אנגעשלאסן אין די חבורה.
דער רבי האט געדאווענט מעריב ארום 11:25.
א גוטע נאכט.
~🌴~