דינסטאג ויקרא
באריכטן ·
🌴בצל הקודש🌴
=דינסטאג ויקרא=
דער רבי האט געדאווענט שחרית אין ישיבה גדולה סניף עצי חיים - שיעור ג'.
פארן דאווענען האט דער רבי געלייגט תפילין פאר די בר מצוה בחור ב"ר יחזקאל ווערצבערגער הי"ו.
נאכן דאווענען האט דער רבי פארגעלערנט א תהילים שיעור אויף קאפיטל י"ט פסוק י"ב.
דערנאך איז פארגעקומען א לחיים מיט די בר מצוה בחור בהיכל הביהמ"ד.
ארום 6:15 האט דער רבי געדאווענט מנחה בביתו נאוה קודש אויף צאנז קט.
זמני כניסה איז געווען פון 8:30 ביז 12:10 אויפדערנאכט בביתו נאוה קודש אויף היוז סט. אין וומ"ס.
בעת די זמני כניסה איז אריין בקודש פנימה הרה"ג ר' שמחה אהרן שטראהלי שליט"א - דומ"ץ וויען מקבל זיין ברכת הקודש לרגל די שמחת החתונה פון בתו הכלה און דער רבי האט ווארעם אנגעוואונטשן ברכת קדשו.
אויך איז אריין בקודש פנימה הרה"ג ר' אברהם וואלף שנעבאלג שליט"א - מו"ץ בקהלתינו הק' ווי ער האט איבערגעגעבן פארן רבי'ן ספרו החדש 'שו"ת פתחי בינה' על ד' חלקי שו"ע,
עס האט זיך פארצויגן א שיינע שמועס און דער רבי האט אנגעוואונטשן ברכת קדשו.
אזוי אויך האט דער רבי געבענטשט מטבעות וואס וועלן פארטיילט ווערן פאר די תלמידי מוסדותינו הק' וועלכע האבן אריין געברענגט גרעסערע סכומים לטובת מוסדותינו הק'.
דער רבי האט געדאווענט מעריב ארום 10:00 אזייגער, און נאך מעריב ממשיך געווען אויפצונעמען דעם ציבור.
א גוטע נאכט.
~🌴~