מאנטאג ויקרא
באריכטן ·
🌴בצל הקודש🌴
=מאנטאג ויקרא=
דער רבי האט געדאווענט שחרית אין ישיבה גדולה סניף דברי יואל.
פארן דאווענען האט דער רבי געלייגט תפילין פאר די בר מצוה בחור ב"ר מרדכי בערגער הי"ו.
ביים ליינען איז דער רבי געגאנגען הגבה.
נאכן דאווענען האט דער רבי פארגעלערנט א תהילים שיעור אויף קאפיטל י"ט פסוק י"ב ווי דער רבי האט ארומגערעדט דברי הדרכה ליו"ט פורים הבעל"ט.
דערנאך איז פארגעקומען א לחיים מיט די בר מצוה בחור בחדרו הפרטי.
אין די פארמיטאג שעות איז דער רבי געווען אויף די וועכענטליכע באזוך אינעם בית השחיטה המהודרת.
נאכמיטאג איז דער רבי ארויף אין ישיבה סניף דברי יואל ווי דער רבי האט געלערנט מיט א חברותא בחדרו הפרטי.
ארום 6:15 האט דער רבי געדאווענט מנחה אין ישיבה.
פארנאכטס האט דער רבי מסדר קידושין געווען ביי די חופה פון די מחותנים הר"ר יעקב שלום ווייס שליט"א און הרה"ח ר' שלמה זלמן יצחק עפשטיין הי"ו אין די זאלן פון כינור דוד.
און ביי די חופה פון די מחותנים הרה"ח ר' עזריאל מאיר קאהן הי"ו און הרה"ח ר' שלום יוסף לעווינגער הי"ו אין די זאלן פון בית רחל פאראדייס.
און ביי די חופה פון די מחותנים הרה"ח ר' אברהם יושע גלאנץ הי"ו און הרה"ח ר' חיים אלימלך יאקאב הי"ו אין די זאלן פון גינת קליין.
זמני כניסה איז געווען פון 8:15 ביז 12:00 אזייגער אויפדערנאכט בביתו נאוה קודש אויף איהעל קט.
ארום 10:15 האט דער רבי געליינט די תנאים פון די מחותנים הר"ר אלי' הערשקאוויטש שליט"א און הר"ר אביגדור דניאל פיש שליט"א,
און פון די מחותנים הרה"ח ר' אליעזר זוסיא סופר הי"ו און הר"ר דוד חנני' ווייס שליט"א,
אין די תנאים זאלן בביתו נאוה קודש.
דער רבי האט געדאווענט מעריב ארום 12:00 אזייגער.
א גוטע נאכט.
~🌴~