זונטאג ויקרא
באריכטן ·
🌴בצל הקודש🌴
=זונטאג ויקרא=
פארן דאווענען איז פארגעקומען די ברית לבן הנולד אצל ר' אברהם מאיר וויינבערגער הי"ו ווי דער רבי איז געווען סנדק.
דער רבי האט געדאווענט שחרית אין ישיבה גדולה סניף קדושת יואל.
פארן דאווענען האט דער רבי געלייגט תפילין פאר די בר מצוה בחורים,
ב"ר טובי' ליפא גראס הי"ו.
ב"ר שלום גאלדמאן הי"ו.
נאכן דאווענען האט דער רבי פארגעלערנט א תהילים שיעור אויף קאפיטל י"ט פסוק י"ב.
דערנאך איז פארגעקומען א לחיים מיט די בר מצוה בחורים בחדרו הפרטי.
ארום 6:15 האט דער רבי געדאווענט מנחה בביתו נאוה קודש אויף צאנז קט.
ארום 7:00 אזייגער איז דער רבי אנגעקומען אין ביהמ"ד דברי יואל צום הכנסת ספר תורה אריינגעגעבן דורך הרה"ח ר' יעקב פנחס פריעדמאן הי"ו,
דער רבי האט איבערגענומען די ספר תורה פונעם נדבן און אפגעראכטן די ריקודי קודש פאר א לענגערע צייט,
דערנאך האט דער רבי פארגעזאגט לדוד מזמור כנהוג און דערנאך אנגעוואונטשן פארן נדבן.
פארנאכטס האט דער רבי מסדר קידושין געווען ביי די חופה פון די מחותנים הרה"ח ר' דניאל שמעון אלטמאן הי"ו און הרה"ח ר' יואל משה מאלח הי"ו אין די זאלן פון כינור דוד.
און ביי די חופה פון די מחותנים הרה"ח ר' פנחס ישעי' וויינשטאק הי"ו און הרה"ח ר' ישראל ברוך פאגעל הי"ו אין די זאלן פון בית רחל פאראדייס.
און ביי די חופה פון די מחותנים הרה"ח ר' יעקב שלום שטיינבערג הי"ו און הרה"ח ר' ארון לייב קעניגסבערג הי"ו אין די זאלן פון גינת קליין.
זמני כניסה איז געווען פון 8:15 ביז 12:15 אויפדערנאכט בביתו נאוה קודש אויף איהעל קט.
דער רבי האט געדאווענט מעריב ארום 12:15.
נאך מעריב האט דער רבי מחדש געווען די לבנה פארנט פון ביתו נאוה קודש.
בביתו נאוה קודש אויף צאנז קט. איז אריין בקודש פנימה הגה"צ רבי שמואל בנימין קרויס שליט"א - נשיא ישיבת תורת חסד לאנדאן ולרפו"ש,
דער רבי האט דורש געווען בשלומו און ווארעם אנגעוואונטשן ברכת קדשו.
א גוטע נאכט.
~🌴~