שבת קודש פרשת פקודי
באריכטן ·
🌴בצל הקודש🌴
=שבת קודש פרשת פקודי=
פארן זמן הדלקה"נ האט דער רבי אנגעטוהן די שטריימל פאר החתן יחיאל שלמה ב"ר אברהם יושע גלאנץ הי"ו, און החתן יודא לייב בהר"ר יעקב שלום ווייס שליט"א.
ארום 7:35 איז דער רבי אריינגעקומען צו מנחה ערב שבת קודש, ווי דער רבי איז צוגעגאנגען צום עמוד.
קבלת שבת: הרה"ח ר' יחזקאל יואל סאמעט הי"ו - וומ"ס.
מען האט געענדיגט דאווענען ארום 9:05.
נאכן דאווענען איז פארגעקומען די אפיעל פאר ישיבה קטנה דסאטמאר אין אנטווערפען.
דערנאך איז דער ציבור אריבער זאגן גוט שבת און דער רבי איז אריין לחדרו הפרטי.
ארום 9:35 איז דער רבי אריינגעקומען צום שלחן הטהור בהיכל השלחנות אינאיינעם מיט די תלמידי הישיבה.
מיט אשת חיל האט דער רבי מכבד געווען הב' יואל האלבערשטאם ני"ו בן הרה"ג ר' אברהם מאיר שליט"א - דומ"ץ בית מדרשינו 18טע עוו. ב"פ שליט"א.
מיט הגבהת הכוס איז מכובד געווארן הרה"ג ר' ליפא טייטלבוים שליט"א - מו"ץ בקהלתינו הק' באנטווערפען.
מיט כל מקדש האט דער רבי מכבד געווען הרה"ח ר' אהרן אייזען הי"ו - ירושלים.
מנוחה ושמחה: הרה"ח ר' ישראל יאקאב הי"ו - ירושלים.
דערנאך האט דער רבי געזאגט תורה אויפן פסוק אלה פקודי המשכן און עס אויסגעטייטשט בדרך דרוש אינעם סוגיא פון יש אם למקרא אדער יש אם למסורת.
קה אכסוף: נכד רבינו הרב זלמן לייב טייטלבוים שליט"א בן הגה"צ אב"ד ור"מ וומ"ס שליט"א.
ברכת המזון: הרה"ג ר' ליפא טייטלבוים שליט"א.
דערנאך האט דער רבי דערציילט עובדות וסיפורים פון הרה"ק ר' אייזיק'ל קאלוב'ער זי"ע וואס די יארצייט געפאלט זונטאג ז' אדר.
קה רבון עלם: הרה"ח ר' יואל פאגעל הי"ו - אנטווערפען.
מען האט אויפגעגעבן פירות און די פרישע חתנים זענען אריבער נעמען שיריים.
אז ביום השביעי: הרה"ג ר' שמעון יואל בראך שליט"א - מו"ץ לעניני סת"ם ב"ב.
מען האט געענדיגט די טיש ארום 12:15.
=וביום השבת=
דער רבי איז אריינגעקומען צום דאווענען ארום 9:35.
ברכות ופסוקי דזמרה: הרה"ח ר' משה גאלדבערגער הי"ו.
דער רבי איז צוגעגאנגען צום עמוד צו תפילת שחרית.
צו חזרת הש"ץ האט דער רבי צוגעשיקט בנו הגה"צ אב"ד ור"מ וומ"ס שליט"א.
פארן ליינען האט אויפגעטרעטן מיט א דרשה הגה"צ אב"ד ור"מ וומ"ס שליט"א לכבוד 'שבת חזק' ווי בפקודת רבינו שליט"א איז געהערט געווען אין אלע בתי מדרשים אין שטאט ק"י דרשות זיך מחזק צו זיין בעניני טעכנעלאגיע,
דער רב שליט"א האט צום ערשט ארויסגעברענגט בשבח פון קרית יואל און בשבח פון די חשוב'ע ציבור וואס פאר זיי איז עס נישט אזוי ווייט נוגע, אבער אז מ'רעדט אין בית המדרש איז ונשמע קולו בבואו אל הקודש און מען הערט איבעראל,
דער רב שליט"א האט מאריך געווען איבער די שעדליכקייט פון די כלים, און דערמאנט ווי ביי שופר זעט מען אז דער גרעסטער צדיק הדור טאר נישט בלאזן שבת ווייל אפשר וועט איין עם הארץ די אנדערע עק וועלט נכשל ווערן מיט טראגן אום שבת, כל שכן ביי די כלים וואס אפילו איינער וואס האט א פילטער טראגט אבער אן אחריות כלפי די אנדערע וואס קענען נכשל ווערן,
דערנאך האט דער רב שליט"א ארום גערעדט איבער די פראבלעמען פון די כלים, אפי' די כשר'ע וואס מ'ווערט פארנומען מיט דעם, און מ'געט זיך נישט אפ מיט די קינדער, מ'דארף קוקן וויאזוי די דורות שפעטער גייען אויסזעהן, און נישט נאר די דורות שפעטער, נאר אויך זיך אליינס, און נישט אז ס'זאל זיין תמות נפשי מות ישרים אזויווי בלעם האט געזאגט, נאר מ'זאל לעבן אזוי, עס זאל זיין 'לעיני כל בית ישראל בכל מסעיהם' מען זאל האבן אידישע אויגן איבעראל ווי מען גייט נישט נאר אין ביהמ"ד, און דורכדעם וועט מען זוכה זיין צו כל טוב סלה,
ביים ליינען זענען נתכבד געווארן:
הוצאה והכנסה: הרה"ח ר' שמואל יודא קליין הי"ו.
פסוקי שמע ישראל: הרה"ג ר' בערל גלאנץ שליט"א - מבארדיוב.
כהן: החתן יחיאל שלמה ב"ר אברהם יושע גלאנץ הי"ו - באווארפען.
לוי: החתן מרדכי הערש ב"ר אלי' יודא ראטה הי"ו.
שלישי: הגה"צ אב"ד ור"מ וומ"ס שליט"א.
רביעי: הרה"ג ר' ליפא טייטלבוים שליט"א.
חמישי: החתן אברהם ב"ר שמעון שווארטץ הי"ו.
דער רבי האט קורא שם געווען לרגל הולדת הבת אצל:
ר' שלמה אליעזר שפילמאן הי"ו.
ר' איתמר טובי' רובינשטיין הי"ו.
ר' שלמה מנשה פארגעס הי"ו.
שביעי: החתן ב"ר אברהם שמואל גוטמאן הי"ו.
הוספה: החתן שמעון ב"ר יעקב קאפיל סימאן הי"ו.
אחרון: הרה"ח ר' אברהם ווידער הי"ו.
מפטיר: הרה"ח ר' שמואל חיים בראך הי"ו - ב"פ.
הגבה: הרה"ח ר' סיני ראטה הי"ו - מאנטריאל.
גלילה: הרה"ח ר' מרדכי פייערשטיין הי"ו.
מען האט געזאגט די הפטורה פון פרשת ויקהל און די ערשטע צוויי פסוקים פון פקודי.
צו תפילת מוסף איז צוגעגאנגען הרה"ח ר' יעקב מיטטעלמאן הי"ו.
פתיחה צו אנעים זמירות: הרה"ח ר' שמעון שווארטץ הי"ו.
מען האט געענדיגט ארום 12:45.
דער רבי איז אריינגעקומען צו תפילת מנחה ארום 7:35.
צום עמוד איז צוגעגאנגען הרה"ח ר' ישכר יאקאב הי"ו - מנהל מוסדותינו הק' ירושלים.
ביים ליינען איז מכובד געווארן,
הוצאה והכנסה: הרה"ח ר' ישראל נחמן שימענאוויטש הי"ו.
כהן: הרה"ח ר' שלמה ברז"ל גליק הי"ו.
לוי: הרה"ח ר' אברהם יצחק לאנדא הי"ו - וומ"ס.
שלישי: הגאון הגדול רבי שמעון יצחק שלעזינגער שליט"א - חבר הביד"ץ העדה החרדית בירושלים עיה"ק.
דער רבי איז געגאנגען הגבה.
גלילה: הרה"ח ר' חיים הערש גאנדל הי"ו - וומ"ס.
ביי של"ס האט דער רבי מכבד געווען מיט אודה הרה"ח ר' נח גפן הי"ו.
שיר המעלות: הרה"ח ר' משה שווארטץ הי"ו - וומ"ס.
דער רבי האט זיך געשטעלט אויפן פסוק אלה פקודי המשכן און ארויסגעברענגט אז כדי צו זוכה זיין אפילו נאר צו קענען עפענען א פתח תשובה כחודו של מחט דארף מען מתפלל זיין צו הקב"ה 'השיבני אבינו לתורתך' און נאכדעם קען מען זוכה זיין צו ואני אפתח לכם פתח כפתחו של אולם,
און דאס האט מרדכי הצדיק געטוהן, ער האט מתפלל געווען אינאיינעם מיט גאנץ כלל ישראל און דורכדעם זוכה געווען צו תשובה און די גזירה איז בטל געווארן.
ידיד נפש: הרה"ח ר' אהרן משה שווארטץ הי"ו - מאנטריאל.
קל מסתתר: הרה"ח ר' חיים הערש גאנדל הי"ו.
שושנת יעקב: הרה"ח ר' זלמן לייב גליק הי"ו - וומ"ס.
דער רבי האט געבענטשט על הכוס.
הגבהת הכוס: החתן אברהם ב"ר שמעון שווארטץ הי"ו.
דערנאך האט דער רבי געזאגט שבע ברכות.
צו מעריב איז צוגעגאנגן הגאון הגדול רבי שמעון יצחק שלעזינגער שליט"א.
נאך מעריב האט דער רבי געמאכט הבדלה.
נאך הבדלה איז דער ציבור אריבער זאגן א גוטע וואך.
מען האט געענדיגט ארום 10:00 אזייגער.
ארום 12:00 אזייגער איז דער רבי אנגעקומען קיין ב"פ אין שטוב פון הר"ר חיים מאיר האגער שליט"א בן כ"ק אדמו"ר מוויזניץ ירושלים שליט"א צום שמחת השבע ברכות פון בתו הכלה עב"ג החתן נכד גיסו הגה"צ רבי מנחם ערנסטער שליט"א - ראש ישיבת וויזניץ ב"ב,
עס האט זיך פארמירט א שיינע שמועס מיט די חשובע רבנים, און דער רבי האט געמאכט א לחיים און אנגעוואונטשן פארן חתן, מחותנים, פאר די גרויסע זיידעס, און פאר די גאנצע ציבור.
דערנאך האט דער רבי מנחם אבל געווען הרה"ח ר' יואל בר"י זינגער הי"ו ע"פ אשתו ע"ה.
ארום 1:00 אזייגער איז דער רבי אנגעקומען אין בית מדרשינו אויף די 18טע עוו. ווי עס איז פארגעקומען א שבע ברכות צוגעשטעלט דורך די ביהמ"ד לרגל די שמחת התתונה ביי עטליכע חשובי מתפללי הביהמ"ד,
עס האט ממשיך געווען מיט זיין דרשה הרה"ג ר' אברהם מאיר האלבערשטאם שליט"א - דומ"ץ הביהמ"ד,
דער רבי האט געמאכט א לחיים און אנגעוואונטשן פאר די חתנים, מחותנים, און פארן גאנצן ציבור,
דערנאך האט דער רבי משמיע געווען קורצע דב"ק און ארומגערעדט איבער די נייע ביהמ"ד וואס וועט בקרוב געבויעט ווערן אינעם געגענט, און מסיים געווען בברכת קדשו.
ארום 1:20 האט דער רבי זיך ארויסגעלאזט אויפן וועג אהיים לביתו נאוה קודש אין ק"י.
א גוטע וואך.
~🌴~