דאנערשטאג פקודי
באריכטן ·
🌴בצל הקודש🌴
=דאנערשטאג פקודי=
פארן דאווענען איז פארגעקומען די ברית לבן הנולד אצל ר' יחזקאל שרגא בר"ב ווערצבערגער הי"ו ווי דער רבי איז געווען סנדק ומוהל.
און די ברית לבן הנולד אצל ר' שלמה ברי"י היימליך הי"ו ווי דער רבי איז געווען סנדק ומוהל.
דער רבי האט געדאווענט שחרית אין ישיבה גדולה סניף ברך משה.
פארן דאווענען האט דער רבי געלייגט תפילין פאר די בר מצוה בחור ב"ר דוד משה שאמועל הי"ו.
ביים ליינען איז דער רבי געגאנגען הגבה.
נאכן דאווענען האט דער רבי פארגעלערנט א תהילים שיעור אויף קאפיטל י"ט פסוק י"ב.
דערנאך איז פארגעקומען א לחיים מיט די בר מצוה בחור בחדרו הפרטי.
אין די פארמיטאג שעות איז דער רבי אריבער אויף א באזוך אינעם בית השחיטה המהודרת אינאיינעם מיט הגאון הגדול רבי שמעון יצחק שלעזינגער שליט"א - חבר הביד"ץ עדה החרדית בירושלים עיה"ק ווי דער רבי איז ארומגעגאנגען און אנגעוויזן אויף די פילע הידורים און חומרות וואס די בית השחיטה פארמאגט.
ארום 6:30 האט דער רבי געדאווענט מנחה בביתו נאוה קודש אויף צאנז קט.
פארנאכטס האט דער רבי מסדר קידושין געווען ביי די חופה פון די מחותנים הרה"ח ר' גבריאל שמואל ווייס הי"ו און הרה"ח ר' חיים אלי' פעלבערבוים הי"ו אין די זאלן פון כינור דוד.
און ביי די חופה פון די מחותנים הרה"ח ר' יואל רובין הי"ו און הרה"ח ר' אברהם דוד לאקס הי"ו אין די זאלן פון בית רחל פאראדייס.
זמני כניסה איז געווען פון 8:00 אזייגער ביז 10:15 אויפדערנאכט בביתו נאוה קודש אויף איהעל קט.
בעת די זמני כניסה איז פארגעקומען די כתיבת האותיות פאר די ספר תורה וואס ווערט געשריבן דורך הרה"ח ר' שאול ראטה הי"ו,
דער רבי האט אריינגעשריבן עטליכע אותיות און געמאכט א לחיים און אנגעוואונטשן ברכת קדשו.
ארום 10:15 האט דער רבי געליינט די תנאים פון די מחותנים הרה"ח ר' אברהם שמואל שווארטץ הי"ו און הרה"ח ר' יואל יצחק ראטה הי"ו אין די תנאים זאלן בביתו נאוה קודש.
"קול רינה וישועה באהלי צדיקים"
ארום 10:30 איז דער רבי אנגעקומען אין ביהמ"ד ברך משה צום שמחת השבע ברכות בחצרות קדשינו צוגעשטעלט דורך די מתפללי הביהמ"ד לכבודו פון רבינו שליט"א און הגה"צ רב הביהמ"ד שליט"א,
ביים אנקומען האט דער רבי געטאנצן אויפן פלאץ פאר עטליכע מינוט,
דער רבי האט געמאכט א לחיים און אנגעוואונטשן פארן חתן, מחותנים, און פאר די גאנצע ציבור,
דער רבי האט משמיע געווען דב"ק בעניני שמחת חתן וכלה,
דערנאך האט דער רבי ארומגערעדט א לענגערע צייט איבער דברים העומדים על הפרק, צום ערשט ארומרעדענדיג איבער פארשידענע ענינים וואס איז נוגע פאר א סופר ווען ער שרייבט ספרי תורה און די אחריות וואס ליגט אויפן סופר און ווי א שטארקע ירא שמים א סופר דארף זיין נזהר צו זיין אויף יעדע טעות און אינזין האבן אלע הלכות ביים שרייבן יעדע אות, און ממשיך געווען ארומרעדענדיג איבער די פרישע שערוריה איבער די פראבלעמען וואס עס איז ארויפגעקומען מיט די באקאנטע תיקון סופרים - תיקון הורוויץ וואס א גרויסע פראצענט סופרים ניצן היינט, צוליב וואס מען האט געטראפן אין דעם פילע טעותים, וואס דאס איז טייטש אז א ספר תורה וואס איז געווארן נאכגעשריבן פון די תיקון הורוויץ איז פסול, און דער רבי האט אויפגעפאדערט פון אלע גבאי בתי מדרשינו די בכל אתר ואתר צו נזהר זיין זיכער צו מאכן און נאכצוגיין און פרעגן די בעלי ספרי תורה אז זיי זאלן פרעגן זייערע סופרים וועלכע תיקון סופרים מען האט געניצט ביים שרייבן און זיכער מאכן נאר צו ניצן כשר'ע ספרי תורה ביז מען פאררעכט די פסולים, און מסיים געווען בברכת קדשו פאר הגה"צ רב הביהמ"ד שליט"א און פארן גאנצן ציבור,
עס איז פארגעשטעלט געווארן א פורים שפיל דורך די ילדי הביהמ"ד, און דערנאך האט אויפגעטרעטן הרה"ח ר' ישראל אהרן קלעצקין הי"ו מיט דברי בדחנות,
מיט ברכת המזון איז מכובד געווארן הגה"צ רב הביהמ"ד שליט"א און דער רבי האט געזאגט די שבע ברכות,
מען האט געענדיגט ארום 12:00 אזייגער,
דערנאך איז דער רבי ארום זיך אומקוקן אויף די נייע צוגעבויעטע חלק ווי מען בויעט עטליכע נייע חדרי התפילה אין באגלייטונג פון הרה"ח ר' גדלי' סעגעדין הי"ו - חבר הנהלת הביהמ"ד, און דערנאך האט דער רבי געדאווענט מעריב אינעם נייעם עקסטענשן.
ארום 12:30 איז דער רבי אנגעקומען אויף א ביקור גומלין ביי הגאון הגדול רבי שמעון יצחק שלעזינגער שליט"א אין שטוב פון הרה"ח ר' מרדכי שבתי ווערצבערגער הי"ו בשכונת חתם סופר,
עס האט זיך פארצויגן א שיינע שמועס בדברי תורה איבער פארשידענע פסקים פונעם הייליגן חתם סופר זי"ע פון וועם דער רב שליט"א איז אן אייניקל,
דער רב שליט"א האט מכבד געווען רבינו שליט"א מיט לחיים און דער רבי האט ווארעם אנגעוואונטשן ברכת קדשו פארן רב שליט"א און פאר הרה"ג ר' שלמה יוסף יאזעפאוויטש שליט"א - רב דביהמ"ד אור משה בהשכונה.
א גוטע נאכט.
~🌴~