מיטוואך פקודי
באריכטן ·
🌴בצל הקודש🌴
=מיטוואך פקודי=
פארן דאווענען איז פארגעקומען די ברית לבן הנולד אצל ר' אברהם שפילמאן הי"ו ווי דער רבי איז געווען סנדק ומוהל.
און די ברית לבן הנולד אצל ר' מנחם משה גאלד הי"ו ווי דער רבי איז געווען סנדק.
דער רבי האט געדאווענט שחרית אין ישיבה גדולה סניף ויואל משה.
פארן דאווענען האט דער רבי געלייגט תפילין פאר די בר מצוה בחור ב"ר וואלף רעטעק הי"ו.
נאכן דאווענען האט דער רבי פארגעלערנט א תהילים שיעור אויף קאפיטל י"ט פסוק י"ב.
דערנאך איז פארגעקומען א לחיים מיט די בר מצוה בחור בחדרו הפרטי.
אין די פארמיטאג שעות איז דער רבי געווען אויף די וועכענטליכע באזוך אינעם בית השחיטה המהודרת,
דערנאך איז דער רבי אריבער אויף די וועכענטליכע באזוך אינעם מצה בעקערי דקהלתינו הק'.
נאכמיטאג איז דער רבי ארויף אין ישיבה סניף ויואל משה ווי דער רבי האט געלערנט מיט א חברותא בחדרו הפרטי.
ארום 6:10 האט דער רבי געדאווענט מנחה אין ישיבה.
פארנאכטס האט דער רבי מסדר קידושין געווען ביי די חופה פון די מחותנים הרה"ח ר' יעקב קאפל סימאן הי"ו און הרה"ח ר' יואל ברא"י לאנדא הי"ו אין די זאלן פון כינור דוד.
און ביי די חופה פון די מחותנים הרה"ח ר' ירחמיאל זאב פריעד הי"ו און הרה"ח ר' אברהם ישעי' קויפמאן הי"ו אין די זאלן פון בית רחל פאראדייס.
און ביי די חופה פון די מחותנים הרה"ח ר' בעריש שעהנברוין הי"ו און הרה"ח ר' גדלי' אפפעל הי"ו אין די זאלן פון גינת קליין.
זמני כניסה איז געווען פון 8:00 אזייגער ביז 12:45 אויפדערנאכט בביתו נאוה קודש אויף איהעל קט.
בעת די זמני כניסה זענען אריין בקודש פנימה רבני ועסקני פון די נייע געגענט 'קרית זית רענן' אין ניו דזשערסי,
עס האט זיך פארצויגן א שיינע שמועס און דער רבי האט זיך פאראינטערסירט איבער די פרטים פון די מוסדות החינוך אין שטאט און איבער די פרייזן פון די דירות, און איבערגעגאנגען פאר א לענגערע צייט פארשידענע פרטים פונעם פראיעקט און ווארעם אנגעוואונטשן פאר די עסקנים און בפרט פאר הר"ר משה לאנדא שליט"א מ'יאמפאלע - רוח החיים פונעם פראיעקט און פאר הרה"ג ר' ישעי' גדלי' קויפמאן שליט"א - דומ"ץ קראלי וומ"ס ומרבני הקריה, און הר"ר משה שליט"א האט איבערגעגעבן פארן רבי'ן ספרו רצון משה.
אויך איז פארגעקומען די כתיבת האותיות פאר די ספר תורה וואס ווערט געשריבן דורך הרה"ח ר' יעקב פנחס פריעדמאן הי"ו און ווערט אריינגעגעבן דעם קומענדיגן זונטאג ויקרא אין ביהמ"ד דברי יואל,
דער רבי האט אריינגעשריבן עטליכע אותיות און געמאכט א לחיים און אנגעוואונטשן ברכת קדשו.
עס איז געקומען אויף א באזוך הגאון הגדול רבי שמעון יצחק שלעזינגער שליט"א - חבר הבד"ץ עדה החרדית בירושלים עיה"ק,
עס האט זיך פארמירט א שיינע שמועס בדברי תורה איבער שמות אנשים ביי גיטין און פארשידענע הלכות פון יו"ט פורים,
דער רבי האט מכבד געווען מיט לחיים און אנגעוואונטשן ברכת קדשו און ארויסבאגלייט ביזן גאס.
אויך איז אריין בקודש פנימה הר"ר פנחס שטערנבוך שליט"א - נכד כ"ק גאב"ד ירושלים שליט"א אינאיינעם מיט העסקן ר' שמעון דאווידאוויטש הי"ו - חבר וועד הפעולה שע"י העדה החרדית בירושלים עיה"ק, און עסקני וועד הפעולה פון ארה"ב,
עס האט זיך פארצויגן א שמועס איבער די פעלות פונעם וועד און איבער די פלענער פונעם וועד הפעולה אנצושליסן אנשי שלומינו אלץ מעמבערס אויפצוטרייבן גרעסערע געלטער פאר די פילע פעולות פונעם וועד, און ארומגערעדט איבער די מצב פון גיוס בארה"ק,
דער רבי האט אנגעוואונטשן הצלחה פאר הר"ר פנחס שליט"א און אלע עסקנים און עקסטער פאר הרה"ח ר' יצחק אליקים שווארטץ הי"ו - יו"ר וועד הפעולה בארה"ב, און הר"ר פנחס שליט"א האט איבערגעגעבן פארן רבי'ן די נייע באנד פון הליכות והנהגות פון זקינו כ"ק הגאב"ד שליט"א.
דער רבי האט געדאווענט מעריב ארום 12:00 אזייגער און נאך מעריב ממשיך געווען אויפצונעמען דעם ציבור.
א גוטע נאכט.
~🌴~