זונטאג פקודי
באריכטן ·
🌴בצל הקודש🌴
=זונטאג פקודי=
~אדר"ח אדר ב'~
פארן דאווענען איז פארגעקומען די ברית לבן הנולד אצל ר' אברהם לייב לאנדא הי"ו ווי דער רבי איז געווען סנדק.
דער רבי האט געדאווענט שחרית אין ישיבה גדולה סניף קדושת יואל.
פארן דאווענען האט דער רבי געלייגט תפילין פאר די בר מצוה בחורים,
ב"ר נתן קארפעל מרגליות הי"ו.
ב"ר יואל זאבעל הי"ו.
דער רבי איז צוגעגאנגען צום עמוד צו אמירת הלל און ביים ליינען עולה געווען רביעי.
נאכן דאווענען איז פארגעקומען א לחיים מיט די בר מצוה בחורים בחדרו הפרטי ווי עס האט זיך פארמירט א שיינע שמועס מיט הגה"צ אב"ד אהל משה שליט"א פון וויען, א זיידע פון א בר מצוה בחור.
"קול רנה וישועה באהלי צדיקים"
=שמחת החתונה פון נכד רבינו החתן הרב מאיר אליעזר טייטלבוים שליט"א בן חדב"ן הגה"צ רב דביהמ"ד ברך משה שליט"א בן הגה"צ אבד"ק וואלאווע שליט"א,
עב"ג הכלה בת הרה"צ רבי יחיאל שרגא גרינפעלד שליט"א - ראה"כ סעמיהאי, בן הרה"צ רבי משה שליט"א - אבד"ק סעמיהאי וחתן הגה"צ רבי זושא בעער שליט"א - אדמו"ר מראצפערט=
ארום 5:30 איז רבינו שליט"א אריין געקומען אין 'חדר שמואל חיים' בביהמ"ד הגדול ווי דער דער רבי האט געדאווענט מנחה, נאך מנחה איז די גאנצער ציבור זקנים עם נערים אריבער לברך ולהתברך ביי מרן רבינו שליט"א.
רבינו שליט"א איז אריין געקומען צום קבלת פנים בהיכל ביהמ"ד הגדול ארום 6:00 אזייגער, במשך די קבלת פנים האט מען געזינגען ווארימע ניגוני התעוררות,
דערנאך האט האברך ר' שמעון עסטרייכער הי"ו אויפגעטרעטן מיט דברי כיבושין און אויסגערעכנט די גרויסע יחוס פון די חתן כלה און די דערהויבענע זיידעס וואס קומען אראפ זיך מיטפרייען ביי די שמחה,
דער רבי האט געמאכט א לחיים און אנגעוואונטשן פארן חתן, מחותנים, חשוב'ע זיידעס, און פארן גאנצן ציבור,
דערנאך האט רבינו שליט"א משמיע געווען ווארעמע דברות קודש און ארויסגעברענגט אז דורך די תענית פון די חתן ביום החופה און די טענץ דערנאך ביים חתונה איז מען מכניע די קליפות פון מחל"ת און לילו"ת וואס די קליפות ברענגן אראפ יללות און הוללות און מיט דעם איז מען עס מכניע און מען איז זוכה צו כל טוב, און צוגעענדיגט מיט ברכות לרוב פארן גאנצן ציבור,
מען האט מסדר געווען די כתובה,
עדי כתובה: הרה"ח ר' יעקב משה גאלדבערגער הי"ו און הרה"ח ר' אלימלך רייך הי"ו,
דערנאך איז מען געגאנגען צום באדעקן אין די זאלן פון קרן ויואל משה.
ביים חופה האט רבינו שליט''א מכבד געוועהן מיט סידור קידושין הגה"צ אבד"ק וואלאווע שליט"א, די זיידע פון די חתן.
קריאת הכתיבה: הגה"צ גאב"ד דקהלתינו ב"פ שליט"א.
ברכות ראשונות: הגה"צ אבד"ק סעמיהאי שליט"א, זיידע פון די כלה.
ברכה אחריתא: האדמו"ר מראצפערט שליט"א, זיידע פון די כלה.
עדי קידושין: הרה"ג ר' יוסף משה שטויבער שליט"א - מו"ץ, און הרה"ג ר' יוסף שמואל ראטענבערג שליט"א - מו"ץ.
דערנאך האט רבינו שליט"א געוואונטשן ברכות הקודש פארן גאנצן ציבור, און זיך ארויסגעלאזט אין א מחול לצדיקים מיט די געהויבענע זיידעס.
ביים זמן ר"ת אום 8:10 האט דער רבי געדאווענט מעריב בחדר שמואל חיים אין ביהמ"ד הגדול.
דער רבי איז אריין געקומען צום סעודת החתונה ארום 8:25, דער רבי האט געטאנצען עטליכע מינוט אויפן פלאץ און דערנאך זיך געוואשן צום סעודה,
נאך די פיש האט דער רבי געמאכט א לחיים און געוואונטשן לכל העם הנאספים.
ארום 9:15 איז דער חתן אריינגעקומען און דער רבי האט געטאנצן מיטן חתן פאר א לענגערע צייט, און דערנאך מכבד געווען די זיידעס און די מחותנים הרבנים הגאונים שליט"א צו טאנצן מיטן חתן, און דערנאך געטאנצן מיט די גאנצע אויבנאן,
דערנאך איז דער ציבור אריבער וואונטשן מזל טוב פאר רבינו שליט"א,
דער רבי האט פארלאזט די ביהמ"ד ארום 9:45.
ארום 11:20 איז דער רבי אריין געקומען אין ביהמ"ד צו ברכת המזון, מיט ברכת המזון האט דער רבי מכבד געווען הר"ר נפתלי טייטלבוים שליט"א - בני ברק ,
ברכות ראשונות: הגה"צ רב דבית מדרשינו 15טע עוו. ב"פ שליט"א,
ברכה אחריתא: הרה"צ ר' מרדכי גרינפעלד שליט"א - אב"ד סעמיהאי אנטווערפן.
דערנאך האט בדחנא דמלכא הרה"ח ר' מרדכי דוד עסטרייכער הי"ו אויסגערופן רבינו שליט"א צו די ריקודין לפני הכלה מיט ווארעמע חרוזים און מעורר געווען זכות אבות הק', דערנאך האט מען ממשיך געווען מיט ניגוני התעורורות,
דער רבי האט געמאכט א לחיים און אנגעוואונטשן פארן חתן, מחותנים, זיידעס, וכל העם הנאספים,
דערנאך האט דער רבי אפגעראכטן די ריקודי קודש לפני הכלה בהתלהבות אש פאר א לענגערע צייט, דערנאך האט דער רבי געטאנצן מיטן חתן, און דערנאך מיט חדב"ן הגה"צ רב דביהמ"ד ברך משה שליט"א ובני משפחתו, און דערנאך מיט משפחת המלוכה נכדי רביה"ק בעל ברך משה זי"ע,
דערנאך האט זיך דער רבי ארויסגעלאזט אין א פייערליכן טאנץ מיט אחיו הגה"צ רב דבית מדרשינו 15טע עוו. ב"פ שליט"א,
דערנאך האט מען אויסגערופן צום מצוה טאנץ די זיידעס הגה"צ אבד"ק וואלאווע שליט"א, הגה"צ אבד"ק סעמיהאי שליט"א, און האדמו"ר מראצפערט שליט"א, און דערנאך דער אבי החתן הגה"צ רב דביהמ"ד ברך משה שליט"א און אבי הכלה הר"ר יחיאל שרגא גרינפעלד שליט"א,
דערביי האט זיך דער רבי ארויסגעלאזט אין א טאנץ מיט יעדע פון די זיידעס און מחותנים באזונדער.
דערנאך האט דער בדחן ארומגערעדט דברי בדחנות און אויסגערופן די חתן, מען האט געטאנצן אשת חיל, און דערנאך האט דער רבי אנגעוואונטשן פאר די חתן כלה, דער רבי האט פארלאזט די ביהמ"ד אום 2:45.
א גוטע נאכט.
~🌴~