שבת קודש פרשת ויקהל - שבת שקלים - שבת של שמחה שבת עלי' לתורה פון נכד רבינו החתן בן חדב"ן הגה"צ רב דביהמ"ד…
באריכטן ·
🌴בצל הקודש🌴
=שבת קודש פרשת ויקהל - שבת שקלים - שבת של שמחה שבת עלי' לתורה פון נכד רבינו החתן בן חדב"ן הגה"צ רב דביהמ"ד ברך משה שליט"א=
פארן זמן הדלקה"נ האט דער רבי אנגעטוהן די שטריימל פאר החתן שלמה מנשה ב"ר מאיר דוד היילברוין הי"ו און החתן שמואל ב"ר מאיר מענדל ווייס הי"ו.
נאכן זמן הדלקה"נ האט דער רבי אנגעטוהן די שטריימל פאר נכדו החתן הרב מאיר אליעזר טב שליט"א, און דער רבי איז געגאנגען אין ביהמ"ד אין באגלייטונג פונעם חתן ומחותנים און מען האט געזינגען כנהוג.
ארום 6:30 איז דער רבי אריינגעקומען צו מנחה ערב שבת קודש, ווי דער רבי איז צוגעגאנגען צום עמוד.
קבלת שבת: די מחותן הר"ר יחיאל שרגא גרינפעלד שליט"א - ראה"כ סעמיהאי.
מען האט געענדיגט דאווענען ארום 8:00 אזייגער.
נאכן דאווענען איז פארגעקומען די אפיעל פאר מוסדותינו הק' בעיר לינדען יע"א.
דערנאך איז דער ציבור אריבער זאגן גוט שבת און דער רבי איז אריין לחדרו הפרטי.
ארום 8:45 איז דער רבי אריינגעקומען צום שלחן הטהור בהיכל השלחנות אינאיינעם מיט די תלמידי הישיבה.
מיט אשת חיל האט דער רבי מכבד געווען דעם אייניקל הבה"ח ישראל דושינסקיא ני"ו בן חדב"ן הגה"צ רב דביהמ"ד אהל פיגא שליט"א.
מיט הגבהת הכוס איז מכובד געווארן נכד רבינו הרה"ג ר' חיים הערש אשכנזי שליט"א - רב דביהמ"ד רב טוב.
נאך די פיש האט דער רבי ארומגערעדט איבער די לעצטיגע נייעס איבער די פראבלעמען וואס האבן זיך געמאכט מיט די שטארק באניצטע תיקון סופרים - תיקון הורוויץ וואס די סופרים ניצן צו שרייבן ספרי תורה און אויסגעשמועסט באריכות פארשידענע ענינים וואס א סופר דארף אלץ אינזין האבן ביים שרייבן סת"ם.
מיט כל מקדש האט דער רבי מכבד געווען הרה"ח ר' לייבל טויבער הי"ו - מאנטשעסטער.
מנוחה ושמחה: הרה"ח ר' דוד מאיר ווייס הי"ו - ירושלים.
דערנאך האט דער רבי געזאגט תורה אויפן פסוק ויקהל משה את כל עדת בני ישראל און עס אויסגעטייטשט בדרך דרוש אינעם סוגיא פון מצוות עשה שהזמן גרמא.
קה אכסוף: הרב נפתלי טייטלבוים שליט"א - ב"ב.
ברכת המזון: הגה"צ אבד"ק וואלאווע שליט"א.
דערנאך האט דער רבי דערציילט עובדות וסיפורים פון הרה"ק רבי ברוך'ל גארליצער זי"ע וואס די יארצייט געפאלט דעם מאנטאג א' אדר.
קה רבון עלם: הר"ר ישעי' קאהן שליט"א, בן כ"ק אדמו"ר מתולדות אהרן שליט"א.
מען האט געזינגען ניגוני שמחה און דער רבי האט מכבד געווען הר"ר יחיאל שרגא גרינפעלד שליט"א צו זינגען די פיוט פון אור פניך לכבוד שבת שקלים און דער רבי האט עס געזינגען בהתעוררות רב.
מען האט אויפגעגעבן פירות און די פרישע חתנים זענען אריבער נעמען שיריים.
אז ביום השביעי: הרב הערשל אשכנזי שליט"א, בן האדמו"ר מסטאניסלאוו לאנדאן שליט"א.
מען האט געענדיגט די טיש ארום 11:55.
=וביום השבת=
דער רבי איז אריינגעקומען צום דאווענען ארום 9:30.
ברכות ופסוקי דזמרה: הרה"ג ר' דוד פערל שליט"א.
דער רבי איז צוגעגאנגען צום עמוד צו תפילת שחרית ויוצר,
מען האט געזינגען ביי מכלכל חיים און ביי ממקומך כנהוג.
ביים ליינען זענען נתכבד געווארן:
הוצאה והכנסה: הרה"ג ר' מנחם זאב שטערן שליט"א - מו"ץ בקהלתינו הק' וומ"ס, און הרה"ח ר' דוד שמואל גאלדבערגער הי"ו.
פסוקי שמע ישראל: הרה"ג ר' שמחה שלום שטיינבערגער שליט"א - רב דביהמ"ד דברי חיים.
כהן: החתן שמואל ב"ר מאיר מענדל ווייס הי"ו - באווארפען.
לוי: החתן מרדכי אלימלך ב"ר יואל בר"ב אפפעל הי"ו -באווארפען.
שלישי: החתן נכד רבינו הרב מאיר אליעזר ט"ב שליט"א, און מען האט געזינגען ביים אויסריפן און ביים באווארפען כנהוג.
רביעי: החתן ישכר בעריש ב"ר ירחמיאל זאב פריעד הי"ו - באווארפען.
חמישי: החתן יצחק ב"ר חיים אלעזר ווערצבערגער הי"ו - באווארפען.
שישי: הגה"צ אבד"ק וואלאווע שליט"א.
שביעי: החתן שלמה מנשה ב"ר מאיר דוד היילברוין הי"ו - באווארפען.
הוספות: חדב"ן הגה"צ רב דביהמ"ד ברך משה שליט"א.
הר"ר יחיאל שרגא גרינפעלד שליט"א.
אחרון: החתן מענדל ב"ר גבריאל ווייס הי"ו - באווארפען.
הגבה: הרה"ח ר' בעריש אפפעל הי"ו.
גלילה: הרה"ח ר' אליעזר היילברוין הי"ו.
דער רבי האט עולה געווען מפטיר די קריאה פון שקלים און געווען בעל קורא און געליינט מיט גרויס התעוררות.
דער רבי האט קורא שם געווען לרגל הולדת הבת אצל:
ר' נתן נטע מרדכי קויפמאן הי"ו.
ר' יואל הערש ליכטענשטיין הי"ו.
ר' יואל ברח"י ווערצבערגער הי"ו.
ר' אברהם שמעון ווידער הי"ו.
הגבה: הרה"ח ר' יצחק ענגלענדער הי"ו.
גלילה: הרה"ח ר' גבריאל ווייס הי"ו.
ביי די הפטורה האט דער רבי אויך געזאגט די ערשטע און לעצטע פסוק פון די הפטורה פון מחר חודש.
נאכן ליינען האט רבינו שליט"א ראש חודש געבענטשט מיט גרויס התעורורות.
צו תפילת מוסף איז דער רבי צוגעגאנגען לכבוד שבת שקלים, און מען האט געזינגען ביי די פיוטים.
פתיחה צו אנעים זמירות: הרה"ח ר' אברהם ישעי' קויפמאן הי"ו.
נאכן דאווענען איז פארגעקומען די ברית לבן הנולד אצל ר' אברהם בנימין גאלד הי"ו ווי דער רבי איז געווען סנדק.
נאך עטליכע מינוט איז דער רבי אריינגעקומען אין ביהמ"ד הגדול צד צפון צום שמחת הקידושא רבא לרגל די שמחת עלי' לתורה,
דער רבי האט געמאכט קידוש און טועם געווען מזונות און פיש, און מען האט געזינגען ניגוני שמחה,
דער רבי האט געמאכט א לחיים און אנגעוואונטשן פארן חתן, מחותנים, און פארן גאנצן ציבור,
דערנאך האט דער רבי משמיע געווען דב"ק דער רבי האט זיך געשטעלט אויפן רש"י 'הקדים אזהרת שבת למלאכת המשכן' און ארויסגעברענגט אז ביים משכן איז אראפגעקומען די השראת השכינה בזכות פון שמירת שבת, די זעלבע ווען מען שטעלט אויף א אידישע שטוב קומט שוין אראפ די השפעות א שבת בעפאר, און מסיים געווען בברכת קדשו.
מען האט געענדיגט ארום 1:35.
דער רבי איז אריינגעקומען צו תפילת מנחה ארום 6:30.
צום עמוד איז צוגעגאנגען הרה"ח ר' יעקב יוסף פילאפף הי"ו.
ביים ליינען איז מכובד געווארן,
הוצאה והכנסה: הרה"ח ר' דוד מאיר ווייס הי"ו.
כהן: הרה"ח ר' ישראל מאיר קאהן הי"ו.
לוי: הרה"ח ר' חיים העללער הי"ו - וומ"ס.
שלישי: הרה"ח ר' שמואל דוד מארקאוויטש הי"ו - וומ"ס.
דער רבי איז געגאנגען הגבה.
גלילה: הרה"ח ר' אהרן משה שלאגער הי"ו - וומ"ס.
ביי של"ס האט דער רבי מכבד געווען מיט אודה הרה"ח ר' נח גפן הי"ו.
שיר המעלות: הרה"ח ר' משה גאלדשטיין הי"ו.
דער רבי האט זיך געשטעלט אויף די קריאה פון פרשת שקלים 'כל העובר על הפקודים' און ארויסגעברענגט אז ווען מען איז חלילה פוגם במחשבה מאכט מען א פגם אין די י' פון די שם הוי"ה, און דאס דארף מען מתקן זיין אין די יעצטיגע טעג צו וויסן די חומר פון א מחשבה.
ידיד נפש: הרה"ח ר' אייזיק הערש בערקאוויטש הי"ו - וומ"ס.
קל מסתתר: הרה"ח ר' מרדכי שבתי שימאן הי"ו - ב"פ.
שושנת יעקב: הרה"ח ר' נחמן דוב העללער הי"ו - וומ"ס.
פארן בענטשן האט מען געזינגען ניגוני שמחה.
דער רבי האט געבענטשט על הכוס.
הגבהת הכוס: הר"ר יחיאל שרגא גרינפעלד שליט"א.
פאר מעריב האט זיך דער רבי באגריסט מיט הגה"צ רבי שמואל בנימין קרויס שליט"א - נשיא ישיבת תורת חסד לאנדאן, וועלכע וויילט אין ק"י אין די יעצטיגע טעג.
צו מעריב איז צוגעגאנגן הרה"ח ר' חיים ידידי' פישער הי"ו.
נאך מעריב האט דער רבי געמאכט הבדלה.
נאך הבדלה איז דער ציבור אריבער זאגן א גוטע וואך.
מען האט געענדיגט ארום 8:50.
ארום 11:30 איז פארגעקומען בביתו נאוה קודש די כתיבת האותיות געשריבן דורך מוסד הק' רעים בק"י,
דער רבי האט אריינגעשריבן עטליכע אותיות און געמאכט א לחיים און אנגעוואונטשן פאר די הנהלת המוסד הרה"ח ר' יעקב ישראל פריינד הי"ו און הרה"ח ר' ישראל העניך קרויס הי"ו, און פארן גאנצן אנוועזנדן ציבור.
~🌴~