דאנערשטאג ויקהל
באריכטן ·
🌴בצל הקודש🌴
=דאנערשטאג ויקהל=
דער רבי האט געדאווענט שחרית אין ישיבה גדולה סניף ברך משה.
פארן דאווענען האט דער רבי געלייגט תפילין פאר די בר מצוה בחורים,
ב"ר קלמן אליעזר עקשטיין הי"ו.
ב"ר יואל פרענקל הי"ו. ב"ר מאיר פאלקאוויטש הי"ו.
ביים ליינען איז דער רבי געגאנגען הגבה.
נאכן דאווענען האט דער רבי פארגעלערנט א תהילים שיעור אויף קאפיטל י"ט פסוק י"ב.
דערנאך איז פארגעקומען א לחיים מיט די בר מצוה בחורים בחדרו הפרטי.
נאך שחרית ארום 12:25 איז דער רבי אנגעקומען צום ציון פון רבותינו הק' לרגל די שמחת החתונה פון נכדו החתן בן חדב"ן הגה"צ רב דביהמ"ד ברך משה שליט"א וואס קומט פאר דעם קומענדיגן זונטאג פקודי אין ביהמ"ד הגדול אין ק"י,
ביים אנקומען אין אהל האט דער רבי געצינדען לעכט ביי די ציונים פון רבותיה"ק בעל דברי יואל זי"ע און בעל ברך משה זי"ע און ביי די ציון פון אמו הרבנית ע"ה,
דערנאך האט דער רבי געזאגט די תפילה פונעם הייליגן ישמח משה זי"ע און פארגעזאגט די קאפיטלעך פון ספר רביעי כנהוג און געזאגט קדיש,
דערנאך האט דער רבי געליינט קוויטלעך פאר א לענגערע צייט און בשעת מעשה האט מען געזינגען ניגוני התעורורות,
דערנאך האט זיך דער רבי משתטח געווען אויף די ציונים פון רבותינו הק' און פון אמו הרבנית ע"ה,
מען האט געענדיגט ארום 1:10.
אין די פארמיטאג שעות איז פארגעקומען אן אסיפה בביתו נאוה קודש ווי עס זענען אנוועזנד געווען עטליכע רבנים פון די OU כשרות ארגאנאזאציע, צווישן אנדערע הרב מנחם גענאק שליט"א און הרב משה עלפאנט שליט"א אינאיינעם מיט די רבני והנהלת 'איגוד הסופרים' שע"י בית הוראה דקהלתינו הק' בק"י,
מען האט דן געווען פאר א לענגערע צייט איבער פארשידענע פראבלעמען בעניני סת"ם סיי ביי ספרי תורה און סיי ביי מזוזות, ספעציעל די 'סטענסיל מזוזות' וכדומה, און איבער די פעולות הסברה וועלכע דארפן געטון ווערן אינעם ענין אז יעדער זאל קויפן פונעם סופר דירעקט און נישט דורך קיין סוחרים, און איבער די מעגליכקייט צוצושטעלן א השגחה מעולה אויף סופרות,
עקסטער האט מען דן געווען איבער די פראבלעמען מיט עטליכע סארט קאמפיוטער בדיקות און מען האט אויפגעברענגט עטליכע מהלכים וויאזוי עס צו פארבעסערן אין עתיד,
צום סוף האט דער רבי געגעבן פאר די רבנים ספרו לב אהרן אויף ויקרא אגדה ודרושים און דער רבי האט אנגעוואונטשן ברכת קדשו און איינגעלאדענט די רבנים מיטצוקומען אויף א באזוך אינעם מקוה טהרה דקהלתינו הק' ווי דער רבי האט פאר א לענגערע צייט אנגעוויזן די פילע הידורים און חומרות מיט וואס די מקוה איז געבויעט געווארן.
ארום 6:30 האט דער רבי געדאווענט מנחה בביתו נאוה קודש אויף צאנז קט.
זמני כניסה איז געווען פון 8:45 ביז 11:50 אויפדערנאכט בביתו נאוה קודש אויף איהעל קט.
ארום 10:15 האט דער רבי געליינט די תנאים פון די מחותנים הרה"ח ר' יואל זאבעל הי"ו און הרה"ח ר' יואל ברי"א לעווי הי"ו,
און פון די מחותנים הרה"ח ר' ליפא עפשטיין הי"ו און הרה"ח ר' פישל פריינד הי"ו,
אין די תנאים זאלן בביתו נאוה קודש.
דער רבי האט געדאווענט מעריב ארום 11:50.
א גוטע נאכט.
~🌴~