מיטוואך ויקהל
באריכטן ·
🌴בצל הקודש🌴
=מיטוואך ויקהל=
דער רבי האט געדאווענט שחרית אין ישיבה גדולה סניף ויואל משה.
נאכן דאווענען האט דער רבי פארגעלערנט א תהילים שיעור אויף קאפיטל י"ט פסוק י"ב.
בחדרו הפרטי האט דער רבי פארטיילט מטבעות פאר די בחורים וועלכע האבן געלערענט שעות רציפות במשך די ימי השובבים העעל"ט.
נאכמיטאג איז דער רבי ארויף אין ישיבה סניף דברי יואל ווי דער רבי האט געלערנט מיט א חברותא בחדרו הפרטי.
ארום 5:45 האט דער רבי געדאווענט מנחה אין ישיבה.
ארום 7:50 איז דער רבי אנגעקומען אין שטוב פון הגאון הגדול הדומ"ץ שליט"א אויף א ביקור חולים באזוך נאכן אהיימקומען פון שפיטאל,
עס האט זיך פארצויגן א לענגערע שמועס בדברי תורה ווי מען האט ארומגערעדט איבער פארשידענע שאלות וואס האבן זיך לעצטענס געמאכט און מען האט דן געווען כדת של תורה,
דער דיין שליט"א האט מכבד געווען רבינו שליט"א מיט לחיים און דער רבי האט ווארעם אנגעוואונטשן ברכת קדשו.
זמני כניסה איז געווען פון 8:15 ביז 1:10 אויפדערנאכט בביתו נאוה קודש אויף איהעל קט.
ארום 10:45 האט דער רבי געליינט די תנאים פון די מחותנים הרה"ח ר' עקיבא יוסף ניישטאדט הי"ו און הרה"ח ר' יוסף פעלבערבוים הי"ו,
און פון די מחותנים הרה"ח ר' יואל קליין הי"ו און הרה"ח ר' יואל דוד ווייס הי"ו,
אין די תנאים זאלן בביתו נאוה קודש.
דער רבי האט געדאווענט מעריב ארום 12:00 אזייגער און נאך מעריב ממשיך געווען אויפצונעמען דעם ציבור.
א גוטע נאכט.
~🌴~