זונטאג ויקהל
באריכטן ·
🌴בצל הקודש🌴
=זונטאג ויקהל=
פארן דאווענען איז פארגעקומען די ברית לבן הנולד אצל ר' יואל בר"מ פערל הי"ו ווי דער רבי איז געווען סנדק.
דער רבי האט געדאווענט שחרית אין ישיבה גדולה סניף קדושת יואל.
פארן דאווענען האט דער רבי געלייגט תפילין פאר די בר מצוה בחורים,
ב"ר שלמה יואל בלומענפעלד הי"ו.
ב"ר שלמה סינאי הי"ו.
ב"ר אנטשיל זאלדאן הי"ו.
ב"ר אברהם יושע הערשקאוויטש הי"ו.
ב"ר יואל חיים פילעפף הי"ו.
נאכן דאווענען האט דער רבי פארגעלערנט א תהילים שיעור אויף קאפיטל י"ט פסוק י'.
דערנאך איז פארגעקומען א לחיים מיט די בר מצוה בחורים בחדרו הפרטי.
אין די פארמיטאג שעות איז דער רבי געווען אויף די וועכענטליכע באזוך אינעם בית השחיטה המהודרת.
נאכמיטאג איז דער רבי ארויף אין ישיבה סניף קדושת יואל ווי דער רבי האט געלערנט מיט א חברותא בחדרו הפרטי.
ארום 5:45 האט דער רבי געדאווענט מנחה אין ישיבה.
נאך מנחה איז דער רבי אריבער צום בית החיים צום הקמת המציבה פון ידיד מנעיריו הרה"ג ר' לייבוש וויינפעלד ז"ל,
דער רבי האט משמיע געווען ווארימע דברי הספד אויף ידידו ר' לייבוש ז"ל ארויסברענגענדיג אז טראץ ער איז געווען א נהנה מיגיע כפו דאך איז ער געליגן אין תורה און מעורר געווען דעם ציבור מיט זיין ווארימע קול תפילה.
פאר די זמני כניסה איז דער רבי ארויף אויף א ביקור חולים באזוך ביי משב"ק הרה"ח ר' יושע מענדלאוויטש הי"ו נאכן דורכגיין א אפעראציע,
עס האט זיך פארצויגן א שמועס און דער רבי האט אנגעוואונטשן ברכת קדשו און א רפואה שלימה.
זמני כניסה איז געווען פון 8:20 ביז 11:45 אויפדערנאכט בביתו נאוה קודש אויף איהעל קט.
בעת די זמני כניסה איז אריין בקודש פנימה הרה"צ ר' ארי' לייבוש האלבערשטאם שליט"א - אדמו"ר מצאנז גריבוב פון ב"פ לרגל שמחת נשואי בנו למז"ט,
עס האט זיך פארמירט א שיינע שמועס און דער רבי האט ווארעם אנגעוואונטשן ברכת קדשו.
ארום 10:15 האט דער רבי געליינט די תנאים פון די מחותנים הרה"ח ר' שלמה קליין הי"ו און הרה"ח ר' יואל דוד דרעזדנער הי"ו,
און פון די מחותנים הרה"ח ר' משה דאנא הי"ו און הרה"ח ר' מרדכי יעקב סאאל הי"ו,
אין די תנאים זאלן בביתו נאוה קודש.
דער רבי האט געדאווענט מעריב ארום 11:45.
א גוטע נאכט.
~🌴~