מאנטאג ראה פארנאכטס
באריכטן ·
🌴בצל הקודש🌴
מאנטאג ראה פארנאכטס
דער רבי איז אריין געקומען צו תפילת מנחה אינעם ביהמ"ד בביתו נאוה קודש אויף אוהעל קט. ארום 8:05
פון 8:30 ביז 11:30 אויפדערנאכט איז געווען קבלת קהל בביתו נאוה קודש אויף אוהעל קט.
אויפדערנאכט ארום 10:20 האט דער רבי געליינט די תנאים פון די מחותנים,
הרה"ג חיים אלעזר ווייס מ'חמעלניק מאנסי - ר' אשר ישעי' פייערשטיין,
אינעם פרדס וויעדער תנאים זאל - אולם פנחס, בביתו נאוה קודש.
און פון די מחותנים,
ר' יעקב קעסלער - ר' יואל בר"א קויפמאן
אינעם פרדס וויעדער תנאים זאל - אולם לעווינגער, בביתו נאוה קודש.
ארום 10:40 איז כ"ק האדמו"ר משאץ - ב"ב שליט"א - וועלכע וויילט די טעג אין אמעריקא גייענדיג נאך געלט פאר מוסדות "נועם אלימלך" עטה"ק וועלכע שטייט תחת נשיאתו - געווען אויף א באזוך ביי כ"ק מרן רבינו הגה"ק שליט"א.
רבינו שליט"א האט אים מכבד געווען מיט לחיים.
דערנאך האט האדמו"ר משאץ אנגעוויזן אויף הרה"ח שלמה מענדלאוויטש - יו"ר מפעל עזר הצלה וועלכע העלפט שטארק ארויס שאפן געלט, און דערנאך האט זיך פארצויגן א לענגערע שמועס איבער די מוסד.
דערנאך האט זיך די שמועס פארצויגן איבער די לעצטערע ביטערע געשעענישן און אומגליקן ביי כלל ישראל, און וואס מען מאנט פון אונז, און איבער די גרויסע כח פון דער הייליגער ישמח משה און ייטב לב מעורר צו זיין אידישע קינדער לתשובה ומעשים טובים.
דערנאך האט דער רבי אנגעוואנטשן ברכות קדשו, און דערנאך האט דער רבי ארויס באגלייט.
דער רבי האט געדאוונט מעריב ארום 11:30
א גוטע נאכט
~🌴~