שבת קודש פרשת כי תשא
באריכטן ·
🌴בצל הקודש🌴
=שבת קודש פרשת כי תשא=
ארום 6:20 איז דער רבי אריינגעקומען צו מנחה ערב שבת קודש, ווי דער רבי איז צוגעגאנגען צום עמוד.
קבלת שבת: הרה"ח ר' ברוך עקשטיין הי"ו.
מען האט געענדיגט דאווענען ארום 7:50.
נאכן דאווענען איז פארגעקומען די אפיעל פאר מוסדות תורה ויראה בירושלים עיה"ק עטה"ק.
דערנאך איז דער ציבור אריבער זאגן גוט שבת און דער רבי איז אריין לחדרו הפרטי.
ארום 8:40 איז דער רבי אריינגעקומען צום שלחן הטהור בהיכל השלחנות אינאיינעם מיט די תלמידי הישיבה.
מיט אשת חיל האט דער רבי מכבד געווען דעם אייניקל הבה"ח ישראל דושינסקיא ני"ו בן חדב"ן הגה"צ רב דביהמ"ד אהל פיגא שליט"א.
מיט הגבהת הכוס איז מכובד געווארן הרה"ח ר' רפאל פערלמוטער הי"ו - מאנסי.
מיט כל מקדש האט דער רבי מכבד געווען הרה"ח ר' שמואל ברוין הי"ו - ב"פ.
מנוחה ושמחה: הרה"ח ר' יעקב שטויבער הי"ו - מאנסי.
דערנאך האט דער רבי געזאגט תורה אויפן פסוק כי תשא את ראש בני ישראל און עס אויסגעטייטשט בדרך דרוש אינעם סוגיא פון יש אם למקרא אדער יש אם למסורת.
קה אכסוף: הרה"ח ר' יושע געלבשטיין הי"ו - וומ"ס.
ברכת המזון: הר"ר אברהם וואלף פריעדמאן שליט"א.
דערנאך האט דער רבי דערציילט עובדות וסיפורים פונעם הייליגן רבי ר' אלימלך מליזענסק זי"ע וואס די יארצייט איז געפאלן פרייטאג כ"א אדר.
קה רבון עלם: הרב יוסף שנעבאלג שליט"א - ירושלים.
מען האט אויפגעגעבן פירות און די פרישע חתנים זענען אריבער נעמען שיריים.
אז ביום השביעי: הרה"ח ר' אברהם ראובן כאירה הי"ו - ארגענטינע.
מען האט געענדיגט די טיש ארום 11:30.
~
=וביום השבת=
דער רבי איז אריינגעקומען צום דאווענען ארום 9:20.
ברכות ופסוקי דזמרה: הר"ר יואל שטיין שליט"א.
דער רבי איז צוגעגאנגען צום עמוד צו תפילת שחרית.
ביים ליינען זענען נתכבד געווארן:
הוצאה והכנסה: הרה"ח ר' שרגא יצחק גאנדל הי"ו.
פסוקי שמע ישראל: הרה"ח ר' אברהם יוסף רובינשטיין הי"ו - וומ"ס.
כהן: הרה"ג ר' יצחק צבי ווייס שליט"א - אב"ד איהעל ב"פ.
לוי: הרה"ח ר' נחמי' קרויס הי"ו - קרית טאהש.
שלישי: החתן משה ארי' ב"ר שלמה זלמן ברוין הי"ו.
רביעי: החתן חיים שלמה ב"ר אהרן שווארטץ הי"ו.
חמישי החתן יואל ב"ר מרדכי ווידער הי"ו.
דער רבי האט קורא שם געווען לרגל הולדת הבת אצל:
ר' דוד זכרי' ראטה הי"ו.
ר' שמעון עסטרייכער הי"ו.
ר' אברהם הערש הערשקאוויטש הי"ו.
שביעי: החתן אפרים פישל ב"ר משה יודא רובינשטיין הי"ו.
אחרון: הרה"ח ר' יצחק מנחם בערגער הי"ו, ווי דער רבי האט קורא שם געווען לרגל הולדת בתו למז''ט.
מפטיר: הרה"ח ר' אליעזר לעוו הי"ו - לאנדאן.
הגבה: הרה"ח ר' מאיר אלי' אקער הי"ו.
גלילה: הרה"ח ר' שלמה זלמן ברוין הי"ו.
צו תפילת מוסף איז צוגעגאנגען הרה"ח ר' פנחס טייכמאן הי"ו.
פתיחה צו אנעים זמירות: הרה"ח ר' יעקב הערש ווערטהיימער הי"ו - וומ"ס.
מען האט געענדיגט ארום 12:20.
~
דער רבי איז אריינגעקומען צו תפילת מנחה ארום 6:20.
צום עמוד איז צוגעגאנגען ר' יעקב משה מיטטעלמאן הי"ו.
ביים ליינען איז מכובד געווארן,
הוצאה והכנסה: הרה"ח ר' אהרן משה שווארטץ הי"ו.
כהן: הרה"ח ר' מאיר מענדל ווייס הי"ו.
לוי: הרה"ח ר' בערל בר"ח לעווי הי"ו - ב"פ.
שלישי: הרה"ח ר' יודא משה געלב הי"ו - מאנטריאל.
דער רבי איז געגאנגען הגבה.
גלילה: הרה"ח ר' מרדכי ווידער הי"ו - קרית טאהש.
ביי של"ס האט דער רבי מכבד געווען מיט אודה הרה"ח ר' נח גפן הי"ו.
שיר המעלות: הרה"ח ר' משה גאלדשטיין הי"ו.
דער רבי האט זיך געשטעלט אויפן פסוק 'אך את שבתותי תשמורי' און ארויסגעברענגט אז בזכות פון היטן שבת באקומט מען א עקסטערע ברכה פון הקב"ה און דאס איז נישט נכלל אין עולם הזה און מען מעג הנאה האבן פון דעם אויף די וועלט טראץ יעקב און עשיו האבן זיך צעטיילט מיט די שני עולמות.
ידיד נפש: הרה"ח ר' יעקב הערש ווערטהיימער הי"ו.
קל מסתתר: הרה"ח ר' משה ברוך שווארטץ הי"ו - וומ"ס.
שושנת יעקב: הרה"ח ר' מרדכי ווידער הי"ו.
דער רבי האט געבענטשט על הכוס.
הגבהת הכוס: החתן אפרים פישל ב"ר משה יודא רובינשטיין הי"ו.
דערנאך האט דער רבי געזאגט שבע ברכות.
צו מעריב איז צוגעגאנגן הרה"ח ר' משה יצחק איצקאוויטש הי"ו.
נאך מעריב האט דער רבי געמאכט הבדלה.
נאך הבדלה איז דער ציבור אריבער זאגן א גוטע וואך.
מען האט געענדיגט ארום 8:40.
ארום 10:50 איז דער רבי אנגעקומען בביתו החדש פון הרה"ח ר' יחזקאל שרגא גאלדשטיין הי"ו, דער רבי האט צום ערשט קובע געווען א מזוזה דערנאך איז פארגעקומען א התחלת כתיבת ספר תורה געשריבן דורך הרה"ח ר' יחזקאל שרגא הי"ו,
דער רבי האט אריינגעשריבן עטליכע אותיות און געמאכט א לחיים און אנגעוואונטשן פאר הרה"ח ר' יחזקאל שרגא הי"ו, פאר אביו הרה"ח ר' משה הי"ו און פאר די גאנצע משפחה.
דערנאך איז דער רבי אנגעקומען אין שטוב פון הגה"צ רבי קלמן האלבערשטאם שליט"א - רב דביהמ"ד צאנז ק"י,
עס האט זיך פארצויגן א שיינע שמועס בסיפורי צדיקים לבית צאנז און דער רבי האט געמאכט א לחיים און אנגעוואונטשן ברכת קדשו, און עקסטער אנגעוואונטשן לרגל שמחת נשואי בנו החתן בעת דער רבי האט געוויילט אויף אפרוה.
ארום 11:50 איז דער רבי אנגעקומען אין ביהמ"ד בית אלעזר בשכונת ויואל משה צום שמחת השבע ברכות בחצרות קדשינו צוגעשטעלט דורך די מתפללי הביהמ"ד לכבודו פון רבינו שליט"א און הגה"צ אב"ד סיגוט שליט"א - רב הביהמ"ד,
ביים אנקומען האט דער רבי געטאנצן אויפן פלאץ פאר עטליכע מינוט,
עס האט אויפגעטרעטן הרה"ח ר' משה חיים שפיטצער הי"ו - מהנהלת הביהמ"ד,
דער רבי האט געמאכט א לחיים און אנגעוואונטשן פארן חתן, מחותנים, און פאר די גאנצע ציבור,
דער רבי האט משמיע געווען דב"ק בעניני שמחת חתן וכלה און ארומגערעדט בשבח פון די ביהמ"ד בפרט און פון שכונת ויואל משה בכלל, און מסיים געווען בברכת קדשו פאר הגה"צ אב"ד סיגוט שליט"א און פארן גאנצן ציבור,
מיט ברכת המזון איז מכובד געווארן הגה"צ אב"ד סיגוט שליט"א און דער רבי האט געזאגט די שבע ברכות,
דערנאך האט זיך דער רבי ארויסגעלאזט אין א טאנץ מיט די חתן און מחותנים,
מען האט געענדיגט ארום 12:35.
א גוטע וואך.
~🌴~