דינסטאג כי תשא
באריכטן ·
🌴בצל הקודש🌴
=דינסטאג כי תשא=
דער רבי האט געדאווענט שחרית אין ביהמ"ד עצי חיים סיגוט שע"י ביתו נאוה קודש.
פארן דאווענען איז פארגעקומען די ברית לבן הנולד אצל ר' חיים מארמארשטיין הי"ו ווי דער רבי איז געווען סנדק ומוהל.
דער רבי האט געלייגט תפילין פאר די בר מצוה בחורים,
בהר"ר יואל מייזליש שליט"א, בן הגה"צ אב"ד ווייטצען שליט"א.
ב"ר יודא שלמה פריעדמאן הי"ו.
ב"ר ישראל מאיר קאהן הי"ו.
ב"ר שמעון סאנדער הי"ו.
ב"ר יואל מערץ הי"ו.
ב"ר יוסף גאלדבערגער הי"ו.
ב"ר משה אברהם יעקב ראטה הי"ו.
נאכן דאווענען איז פארגעקומען א לחיים מיט די בר מצוה בחורים בהיכל הביהמ"ד.
אין די פארמיטאג שעות איז דער רבי אנגעקומען אין 'ביהמ"ד החדש לב אהרן' ווי דער רבי האט זיך אומגעקוקט אויף די בוי ארבעט און געהערט א באריכט פון הרה"ח ר' יקותיאל דוד אהרן ווייס הי"ו און הרה"ח ר' חיים הערש שווארטץ הי"ו - חברי וועד קרן הבנין פונעם ביהמ"ד איבער די פלענער פונעם ביהמ"ד.
פון דארט איז דער רבי אריבער צום מצה בעקעריי דקהלתינו הק' ווי דער רבי איז ארום אינעם בעקערי אינאיינעם מיט הרה"ח ר' ברוך יודא שפיטצער הי"ו - מנהל בית האופה און זיך אומגעקוקט אויף די גאנצע סדר האפיה און געהערט א באריכט איבער די פילע הידורים וואס זענען איינגעשטעלט געווארן אינעם בעקעריי,
דער רבי האט מפריש געווען חלה און דערנאך אריין זיך אומקוקן אינעם סטארעדזש פון די מעהל ווי דער רבי האט אנגעוויזן פארשידענע הוראות.
דערנאך האט דער רבי מנחם אבל געווען משפחת הרה"ח ר' ישראל יאקאב ע"ה.
דער רבי האט געדאווענט מנחה ארום 6:10 און מעריב ארום 7:40 בביתו נאוה קודש אויף היוז סט.
זמני כניסה איז געווען פון 8:00 אזייגער ביז 11:10 אויפדערנאכט בביתו נאוה קודש אויף היוז סט.
ארום 9:10 איז דער רבי אראפ אין ביהמ"ד עצי חיים סיגוט צום שמחת השבע ברכות צוגעשטעלט דורך די מתפללי הביהמ"ד לכבודו פון רבינו שליט"א און הגה"צ אב"ד סיגוט שליט"א,
הגה"צ אב"ד סיגוט שליט"א האט ממשיך געווען מיט זיין דרשה,
דער רבי האט געמאכט א לחיים און אנגעוואונטשן פארן חתן, מחותנים, און פארן גאנצן ציבור,
דער רבי האט משמיע געווען קורצע דב"ק בעניני שמחת חתן כלה און מסיים געווען בברכת קדשו,
דערנאך האט זיך דער רבי ארויסגעלאזט אין א טאנץ מיטן חתן און דערנאך מיט הגה"צ אב"ד סיגוט שליט"א,
דערנאך איז דער רבי צוריק ארויף לביתו נאוה קודש און ממשיך געווען די זמני כניסה.
"קול רנה וישועה באהלי צדיקים"
נאך די זמני כניסה האט זיך רבינו שליט"א ארויס געלאזט קיין בארא פארק צום שמחת החתונה פון חתן כלה נכדי רביה"ק בעל ברך משה זי"ע החתן בן הגה"צ רבי שלמה רובין שליט"א בן הגה"צ אב"ד ציעשנוב שליט"א וחתן הגה"צ גאב"ד דקהלתינו מאנטריאל שליט"א,
עב"ג הכלה בת הגה"צ רבי זלמן לייב מייזליש שליט"א מו"ץ בקהלתינו הק' בב"פ בן הגה"צ גאב"ד קהלתינו ב"פ שליט"א אין די זאלן פון עטרת גאלדא אין ב"פ.
רבינו שליט"א איז אנגעקומען ארום 11:35, ביים אנקומען האט זיך דער רבי ווארעם באגריסט מיט די רבנים אויפן אויבן אן,
דער רבי האט געמאכט א לחיים און אנגעוואונטשן פארן חתן און מחותנים,
דערנאך האט דער בדחנא דמלכא הרה"ח ר' מרדכי דוד עסטרייכער הי"ו אויסגערופן רבינו שליט"א צום מצוה טאנץ,
רבינו שליט"א האט אפגעראכטן די ריקודי קודש און געטאנצען מצוה טאנץ לפני הכלה, און דערנאך געטאנצען מיטן חתן און מחותנים, און מיט גיסיו הגה"צ גאב"ד קהלתינו ב"פ שליט"א און הגה"צ גאב"ד קהלתינו מאנטריאל שליט"א און מיט כ"ק אדמו"ר מספינקא שליט"א,
נאכן טאנצן האט רבינו שליט"א אנגעוואונטשן די כלה.
נאכן חתונה איז רבינו שליט"א אריבער צום פראכטפול פארענדיגטער פלייש געשעפט דקהלתינו/ומוסדותנו הק' אויף 13'טע עוו. אינטער די פירערשאפט פון הרה"ח ר' יואל ברמ"ב לאנדא הי"ו וואו רבינו שליט"א האט געהערט א באריכט פון ר' יואל הי"ו און זיך אומגעקוקט א לענגערע צייט איבער די גאנצע געשעפט מיט אלע אפטיילונגען, און דערנאך ווארעם אנגעוואונטשן פאר הרה"ח ר' יואל הי"ו אסאך הצלחה און סייעתא דשמיא אויף ווייטער.
דערנאך האט זיך רבינו שליט"א אומגעקערט לביתו נאוה קודש אין קרית יואל.
א גוטע נאכט.
~🌴~