מאנטאג כי תשא
באריכטן ·
🌴בצל הקודש🌴
=מאנטאג כי תשא=
פארן דאווענען איז פארגעקומען די ברית לבן הנולד אצל ר' פנחס מרדכי קליין הי"ו ווי דער רבי איז געווען סנדק ומוהל.
און די ברית לבן הנולד אצל ר' ארי' בוכינגער הי"ו ווי דער רבי איז געווען סנדק.
און די ברית לבן הנולד אצל ר' אברהם בנימין שפיטצער הי"ו ווי דער רבי איז געווען סנדק.
דער רבי האט געדאווענט שחרית אין ישיבה גדולה סניף דברי יואל.
פארן דאווענען האט דער רבי געלייגט תפילין פאר די בר מצוה בחור ב"ר חיים שלמה קרויס הי"ו.
נאכן דאווענען האט דער רבי פארגעלערנט א תהילים שיעור אויף קאפיטל י"ט פסוק י'.
דערנאך איז פארגעקומען א לחיים מיט די בר מצוה בחור בחדרו הפרטי,
אויך האט דער רבי פארטיילט מטבעות פאר די בחורים וועלכע האבן געלערענט שעות רציפות במשך די ימי השובבים העעל"ט.
ארום 2:30 האט דער רבי פארלאזט ביתו נאוה קודש אין ק"י אויפן וועג קיין וומ"ס צום שמחת החתונה פון נכדו החתן בן הגה"צ אב"ד סיגוט שליט"א.
"קול רנה וישועה באהלי צדיקים"
=שמחת החתונה פון נכד רבינו החתן הרב יואל טייטלבוים שליט"א בן הגה"צ אב"ד סיגוט שליט"א חתן הגה"צ אב"ד בית אהרן שליט"א,
עב"ג הכלה בת הרה"צ רבי שלום האלבערשטאם שליט"א, בן הרה"צ רבי בערל האלבערשטאם זצ"ל - מבארדיוב דאמבראווע וחתן האדמו"ר מנאסויד שליט"א=
ארום 5:20 איז רבינו שליט"א אריין געקומען אין 'היכל מאיר זעליג' בביהמ"ד הגדול ווי דער דער רבי האט געדאווענט מנחה, נאך מנחה איז די גאנצער ציבור זקנים עם נערים אריבער לברך ולהתברך ביי מרן רבינו שליט"א.
רבינו שליט"א איז אריין געקומען צום קבלת פנים בהיכל ביהמ"ד הגדול ארום 5:45, במשך די קבלת פנים האט מען געזינגען ווארימע ניגוני התעוררות,
דערנאך האט דער בדחנא דמלכא הרה"ח ר' מרדכי דוד עסטרייכער הי"ו אויפגעטרעטן מיט דברי כיבושין און אויסגערעכנט די גרויסע יחוס פון די חתן כלה און די דערהויבענע זיידעס וואס קומען אראפ זיך מיטפרייען ביי די שמחה,
דער רבי האט געמאכט א לחיים און אנגעוואונטשן פארן חתן, מחותנים, חשוב'ע זיידעס, און פארן גאנצן ציבור,
דערנאך האט רבינו שליט"א משמיע געווען ווארעמע דברות קודש און ארויסגעברענגט די פחד וואס כאפט אן ווען מען הערט די נעמען פון די גרויסע זיידעס וואס קומען אראפ צו די שמחה, און צוגעענדיגט מיט ברכות לרוב פארן גאנצן ציבור,
דערנאך איז מען געגאנגען צום באדעקן אין די זאלן פון קראסנא, ווי מען האט מסדר געווען די כתובה.
ביים חופה האט רבינו שליט''א מכבד געוועהן מיט סידור קידושין הגה"צ אב"ד בית אהרן שליט"א, די זיידע פון די חתן.
קריאת הכתיבה: הגה"צ אב"ד ראדאמישלא שליט"א, אן עלטער פעטער פון די כלה.
ברכות ראשונות: האדמו"ר מנאסויד שליט"א די זיידע פון די כלה.
ברכה אחריתא: הגה"צ רב דבית מדרשינו 15טע עוו. ב"פ שליט"א, אן עלטער פעטער פון חתן און כלה.
עדי קידושין: הרה"ג ר' יושע געלב שליט"א - מו"ץ, און הר"ר יוסף פאלאטשעק שליט"א.
דערנאך האט רבינו שליט"א געוואונטשן ברכות הקודש פארן גאנצן ציבור, און זיך ארויסגעלאזט אין א מחול לצדיקים מיט די געהויבענע זיידעס.
עטליכע מינוט נאך די חופה ארום 7:30 האט דער רבי געדאווענט מעריב בהיכל מאיר זעליג אין ביהמ"ד הגדול.
נאך מעריב האט זיך דער רבי באגריסט מיט כ"ק אדמו"ר מטאהש שליט"א וועלכע איז געקומען אפגעבן מזל טוב לכבוד די חתונה,
דער רבי האט זיך ווארעם באגריסט און אנגעוואונטשן ברכת קדשו.
דער רבי איז אריין געקומען צום סעודת החתונה ארום 7:50, דער רבי האט געטאנצען עטליכע מינוט אויפן פלאץ און דערנאך זיך געוואשן צום סעודה,
נאך די פיש האט דער רבי געמאכט א לחיים און געוואונטשן לכל העם הנאספים.
ארום 9:00 אזייגער איז דער חתן אריינגעקומען און דער רבי האט געטאנצן מיטן חתן פאר א לענגערע צייט, און דערנאך מכבד געווען די זיידעס און די מחותנים הרבנים הגאונים שליט"א צו טאנצן מיטן חתן,
דערנאך איז דער ציבור אריבער וואונטשן מזל טוב פאר רבינו שליט"א,
דער רבי האט פארלאזט די ביהמ"ד ארום 9:15.
דער רבי איז אריבער אין שטוב פון הרה"ח ר' יצחק יודא מאשקאוויטש הי"ו ווי עס איז פארגעקומען א חתימת שטרות ווי הרה"ח ר' יצחק יודא הי"ו האט אפגעקויפט די זכות פון א חדר תפילה בביהמ"ד החדש 'לב אהרן' אין וומ"ס,
עס איז אנוועזנד געווען הגה"צ אב"ד ור"מ שליט"א און הרה"ג ר' חיים אהרן אונגאר שליט"א - דומ"ץ הביהמ"ד,
עס האט זיך פארמירט א שיינע שמועס איבער די הרחבת גבולי הקדושה אין קהלתינו ומוסדותינו הק' אין וומ"ס, און בפרט פונעם נייעם 'ביהמ"ד לב אהרן' וועלכע איז ערווארטעט צו ווערן באנייט אויפן קומענדיגן יו"ט פסח הבעל"ט,
דער רבי האט אונטערגעשריבן די שטרות און געמאכט א לחיים און ווארעם אנגעוואונטשן פארן נדבן ובני משפחתו, און מען האט געזינגען ניגונים לכבוד המעמד.
דערנאך איז דער רבי אהיים לביתו נאוה קודש.
ארום 11:20 איז דער רבי אריינגעקומען אין ביהמ"ד צו ברכת המזון, מיט ברכת המזון האט דער רבי מכבד געווען הגה"צ אב"ד ור"מ שליט"א,
ברכות ראשונות: הרה''ג רבי יעקב אלימלך האלבערשטאם שליט"א - רב דביהמ''ד טיב לבב ב"פ,
ברכה אחריתא: הר"ר יושע העשיל האלבערשטאם שליט"א - לאנדאן.
דערנאך האט בדחנא דמלכא הרה"ח ר' מרדכי דוד עסטרייכער הי"ו אויסגערופן רבינו שליט"א צו די ריקודין לפני הכלה מיט ווארעמע חרוזים און מעורר געווען זכות אבות הק', דערנאך האט מען ממשיך געווען מיט ניגוני התעורורות,
דער רבי האט געמאכט א לחיים און אנגעוואונטשן פארן חתן, מחותנים, זיידעס, וכל העם הנאספים,
דערנאך האט דער רבי אפגעראכטן די ריקודי קודש לפני הכלה בהתלהבות אש פאר א לענגערע צייט, דערנאך האט דער רבי געטאנצן מיטן חתן, און דערנאך מיט בנו הגה"צ אב"ד סיגוט שליט"א ובני משפחתו, און דערנאך מיט משפחת המלוכה נכדי רביה"ק בעל ברך משה זי"ע,
דערנאך האט מען אויסגערופן צום מצוה טאנץ די זיידעס האדמו"ר מנאסויד שליט"א און הגה"צ אב"ד בית אהרן שליט"א, און דערנאך דער אבי החתן הגה"צ אב"ד סיגוט שליט"א און אבי הכלה הרה"צ רבי שלום האלבערשטאם שליט"א,
דערביי האט זיך דער רבי ארויסגעלאזט אין א טאנץ מיט יעדע פון די זיידעס און מחותנים באזונדער.
דערנאך האט דער בדחן ארומגערעדט דברי בדחנות און אויסגערופן די חתן, מען האט געטאנצן אשת חיל, און דערנאך האט דער רבי אנגעוואונטשן פאר די חתן כלה, דער רבי האט פארלאזט די ביהמ"ד אום 2:20.
א גוטע נאכט.
~🌴~