שבת קודש פרשת תצוה - שבת של שמחה - שבת עלי' לתורה של החתן הרב יואל ט"ב שליט"א בן הגה"צ אב"ד סיגוט שליט"א…
באריכטן ·
🌴בצל הקודש🌴
=שבת קודש פרשת תצוה - שבת של שמחה - שבת עלי' לתורה של החתן הרב יואל ט"ב שליט"א בן הגה"צ אב"ד סיגוט שליט"א בקרב קהלתינו הק' וומ"ס=
נאכן זמן הדלקה"נ האט דער רבי אנגעטוהן די שטריימל פאר נכדו החתן הרב יואל ט"ב שליט"א, און דער רבי איז געגאנגען אין ביהמ"ד אין באגלייטונג פונעם חתן און מען האט געזינגען כנהוג.
ארום 6:05 איז דער רבי אריינגעקומען צו מנחה ערב שבת קודש, ווי דער רבי איז צוגעגאנגען צום עמוד.
קבלת שבת: הגה"צ רב דביהמ"ד בית ברוך שליט"א.
מען האט געענדיגט דאווענען ארום 7:40.
נאכן דאווענען איז דער ציבור אריבער זאגן גוט שבת און דער רבי איז אריין לחדרו הפרטי.
ארום 10:15 איז דער רבי אריינגעקומען צום שלחן הטהור בהיכל הביהמ"ד.
מיט אשת חיל האט דער רבי מכבד געווען דעם אייניקל החתן הרב יואל ט"ב שליט"א.
מיט הגבהת הכוס איז מכובד געווארן הגה"צ אב"ד סיגוט שליט"א.
מיט די זמירות האט דער רבי מכבד געווען די איידעמער פון הגה"צ אב"ד בית אהרן שליט"א.
כל מקדש: הרה"ג ר' שמעון ישראל מייזליש שליט"א
מנוחה ושמחה: הרה"ג ר' שלמה פריעדמאן שליט"א.
דערנאך האט דער רבי געזאגט תורה אויפן פסוק ונשמע קולו בבואו אל הקודש און עס אויסגעטייטשט בדרך דרוש אינעם סוגיא צו עס איז דא א מודעא.
קה אכסוף: הרה"ג ר' לייבוש טייטלבוים שליט"א.
ברכת המזון: הגה"צ אב"ד בית אהרן שליט"א.
דערנאך האט דער רבי דערציילט עובדות וסיפורים פון הרה"ק ר' שמעון סופר זצ"ל וואס די יארצייט געפאלט י"ז אדר.
קה רבון עלם: הר"ר יחיאל בהר"ר יחזקאל גלאנץ שליט"א.
מען האט אויפגעגעבן פירות און די פרישע חתנים זענען אריבער נעמען שיריים.
ווי אויך איז פארגעקומען די שלום זכר ביי ר' חיים מארמארשטיין הי"ו.
אז ביום השביעי: הרב חיים מאיר בהרה"ג ר' משה מרדכי כ"ץ שליט"א.
מען האט געענדיגט די טיש ארום 12:30.
~
=וביום השבת=
דער רבי איז אריינגעקומען צום דאווענען ארום 9:20.
ברכות ופסוקי דזמרה: הרה"ח ר' זושא רובין הי"ו.
דער רבי איז צוגעגאנגען צום עמוד צו תפילת שחרית.
ביים ליינען זענען נתכבד געווארן:
הוצאה והכנסה: הרה"ג ר' דוד הירש שליט"א - מו"ץ.
פסוקי שמע ישראל: הרה"ג ר' הערש אלימלך טייטלבוים שליט"א - רב דבית מדרשינו תפילה למשה ב"פ.
בעל קורא: הרה"ח ר' יואל ראזענפעלד הי"ו.
כהן: ר' יצחק פריעדמאן הי"ו, ווי דער רבי האט קורא שם געווען לרגל הולדת בתו למז''ט.
לוי: הרה"ח ר' עקיבא הירש הי"ו.
שלישי: הגה"צ אב"ד בית אהרן שליט"א.
רביעי: נכד רבינו החתן הרב יואל ט"ב שליט"א, און מען האט געזינגען ניגוני שמחה.
חמישי: החתן משה ארי' ב"ר שלמה זלמן ברוין הי"ו - באווארפען.
דער רבי האט קורא שם געווען לרגל הולדת הבת אצל:
ר' יחיאל מיכל לאנדא הי"ו.
ר' שלמה מנשה בערקאוויטש הי"ו.
ר' בעריש גאלדשטיין הי"ו.
שביעי: החתן ליפא ב"ר יואל יצחק לעוו הי"ו - באווארפען
הוספות: החתן אפרים פישל ב"ר משה יודא רובינשטיין הי"ו - באווארפען.
הגה"צ אב"ד סיגוט שליט"א.
הרה"ח ר' יוסף מרדכי כהנא הי"ו, ווי דער רבי האט קורא שם געווען לרגל הולדת בתו למז''ט.
הרה"ח ר' ישראל ראזנער הי"ו.
הרה"ח ר' יחיאל מיכל פריעדמאן הי"ו - ב"פ.
החתן שלמה ב"ר יוסף יואל ווייס הי"ו.
החתן יוסף יושע ב"ר יעקב ווידער הי"ו.
החתן מרדכי ב"ר יואל פריינד הי"ו.
אחרון: הגה"צ אב"ד ור"מ שליט"א.
מפטיר: הרה"ח ר' אליעזר לעוו הי"ו - לאנדאן.
הגבה: הרה"ח ר' משה דוד גאלדשטיין הי"ו. גלילה: הרה"ח ר' שלמה זלמן ברוין הי"ו.
צו תפילת מוסף איז צוגעגאנגען הגה"צ אב"ד בית אהרן שליט"א.
פתיחה צו אנעים זמירות: הרה"ח ר' חיים מרדכי פערלמוטער הי"ו.
נאך עטליכע מינוט איז דער רבי אריינגעקומען אין היכל מאיר זעליג צום שמחת הקידושא רבא לרגל די שמחת עלי' לתורה,
דער רבי האט געמאכט קידוש און טועם געווען מזונות און פיש, און מען האט געזינגען ניגוני שמחה,
ביי די פיש האט אויפגעטרעטן הגה"צ אב"ד סיגוט שליט"א,
דער רבי האט געמאכט א לחיים און אנגעוואונטשן פארן חתן און פאר הגה"צ אב"ד סיגוט שליט"א און פארן גאנצן ציבור,
דערנאך האט דער רבי משמיע געווען דב"ק דער רבי האט זיך געשטעלט אויפן פסוק 'שמן זית זך' און ארויסגעברענגט אז כדי די זיידעס זאלן אראפקומען פון עולם העליון צו די שמחות פעלט זיך אויס אז די חתן כלה זאלן זיך אויפפירן ווי עס פאסט און נישט פארשעמען די זיידעס, און מסיים געווען בברכת קדשו.
מען האט געענדיגט ארום 12:45.
~
דער רבי איז אריינגעקומען צו תפילת מנחה ארום 6:15.
צום עמוד איז צוגעגאנגען הרה"ח ר' אלי' משה ראטה הי"ו.
ביים ליינען איז מכובד געווארן,
בעל קורא: הרה"ח ר' חיים העללער הי"ו.
כהן: הר"ר ישעי' יצחק רובין שליט"א.
לוי: הרה"ח ר' מענדל קלאגסברוין הי"ו.
שלישי: הרה"ח ר' מעכיל פריינד הי"ו.
דער רבי איז געגאנגען הגבה.
גלילה: הרה"ח ר' ליפא פריעדמאן הי"ו.
ביי של"ס האט דער רבי מכבד געווען מיט אודה הרה"ח ר' מאיר הירש הי"ו - ק"י.
שיר המעלות: הרה"ח ר' אליעזר לעוו הי"ו.
דער רבי האט זיך געשטעלט אויפן פסוק 'ואתה תצוה את בני ישראל' און ארומגערעדט אז כדי עס זאל זיין גענוג תשובה אליינס און מזאל נישט דארפן צוקומען צו יסורים אדער יום המיתה ח"ו איז דא א עצה פון תשובה מיט תפילה צוזאמען, אבער כדי די תפילות זאלן נתקבל ווערן דארף מען האבן א צלם אלקים און די עצה פארדעם איז עוסק צו זיין בתורה און מיט דעם באקומט מען צוריק די צלם אלקים,
און דער רבי האט ארויסגעברענגט אז מען ענדיגט יעצט די וואכן פון שובבים ת"ת און די ת"ת איז מרמז אויף ת'ורה און ת'פילה וואס מיט ביידע צוזאמען העלפט תשובה, אבער דאס איז נאר אויב די תפילות זענען כדבעי און מען פירט זיך אויף ביים דאווענען ווי עס פאסט זיך לכבוד שמו יתברך.
ידיד נפש: הרה"ח ר' אייזיק הערש בערקאוויטש הי"ו.
קל מסתתר: הרה"ח ר' יחיאל מיכל פריעדמאן הי"ו.
שושנת יעקב: הרה"ח ר' אברהם שמואל פייפער הי"ו.
דערנאך האט מען ממשיך געווען מיט ניגוני שמחה.
דער רבי האט געבענטשט על הכוס.
הגבהת הכוס: הגה"צ אב"ד ור"מ שליט"א.
דערנאך האט דער רבי געזאגט שבע ברכות.
צו מעריב איז צוגעגאנגן הרה"ח ר' דוד שמעון פראמאוויטש הי"ו.
נאך מעריב האט דער רבי געמאכט הבדלה.
נאך הבדלה איז דער ציבור אריבער זאגן א גוטע וואך.
מען האט געענדיגט ארום 8:40.
בביתו נאוה קודש איז געקומען אויף א באזוך האדמו"ר מראחמיסטריווקא וומ"ס שליט"א,
עס האט זיך פארצויגן א שיינע שמועס איבער עובדות וסיפורים פון די צדיקי בית טשערנאבל און איבער די רדיפות וואס די רעגירונג האט אויסגעטיילט פאר די צדיקים,
דער רבי האט מכבד געווען מיט לחיים און ווארעם אנגעוואונטשן ברכת קדשו לרגל דאס אננעמען די אדמור"ת ראחמיסטריווקא אין וומ"ס.
ארום 10:40 איז דער רבי אנגעקומען קיין ב"פ אין ביהמ"ד קדושת יו"ט צום שמחת השבע ברכות צוגעשטעלט דורך די ביהמ"ד לכבודו פונעם רב הביהמ"ד הרה"ג ר' אלטר אליעזר הורוויץ שליט"א,
ביים אנקומען האט זיך דער רבי באגריסט מיט די רבנים אויפן אויבנאן און מיט גיסו הגה"צ גאב"ד דקהלתינו שליט"א,
עס האט אויפגעטרעטן הרה"ח ר' נחמן ליווי הי"ו מיט דברי בדחנות,
דער רבי האט געמאכט א לחיים און ווארעם אנגעוואונטשן פארן חתן, מחותנים, און פארן גאנצן ציבור,
דערנאך האט זיך דער רבי ארויסגעלאזט אין א טאנץ מיטן חתן און דערנאך מיט די מחותנים און די גאנצע אויבנאן.
פון דארט האט זיך דער רבי ארויסגעלאזט אויפן וועג קיין שיכון סקווירא אויף ניחום אבילים ביי גיסו כ"ק אדמו"ר מסקווירא שליט"א היושב ע"פ הרבנית מסקווירא ע"ה,
דער רבי איז אנגעקומען ארום 12:20 אין ביהמ"ד הגדול אין שיכון סקווירא,
עס האט זיך פארצויגן א שמועס בסיפורי צדיקים,
ארום 12:45 איז דער רבי אהיימגעפארן לביתו נאוה קודש אין ק"י.
א גוטע וואך.
~🌴~