דאנערשטאג תצוה
באריכטן ·
🌴בצל הקודש🌴
=דאנערשטאג תצוה=
פארן דאווענען איז פארגעקומען די ברית לבן הנולד אצל הרה"ג ר' אפרים פישל בערקאוויטש שליט"א - מו"ץ ווי דער רבי איז געווען סנדק.
און די ברית לבן הנולד אצל ר' שמואל מאיר דייטש הי"ו ווי דער רבי איז געווען סנדק ומוהל.
דער רבי האט געדאווענט שחרית אין ישיבה גדולה סניף ברך משה.
פארן דאווענען האט דער רבי געלייגט תפילין פאר די בר מצוה בחורים,
ב"ר חנני' יו"ט ליפא גרויס הי"ו.
ב"ר יואל רובין הי"ו.
ביים ליינען איז דער רבי געגאנגען הגבה.
נאכן דאווענען האט דער רבי פארגעלערנט א תהילים שיעור אויף קאפיטל י"ט פסוק י'.
דערנאך איז פארגעקומען א לחיים מיט די בר מצוה בחורים בחדרו הפרטי.
אין די נאכמיטאג שעות איז אריין בקודש פנימה די פרעזידענט פון מאונט סיני שפיטאל וועלכע איז געקומען אויף ניחום אבילים צו הרבנית הצדיקת תחי' וועלכע האלט אן א נאנטע קשר מיטן פרעזידענט ארויסצוהעלפן די חולי ישראל,
עס זענען אנוועזנד געווען עטליכע מראשי חברה הצלה פון ק"י און וומ"ס און נאך עטליכע עסקנים בעניני רפואה וועלכע פארמאגן א קשר מיטן פרעזידענט פון שפיטאל לטובת די חולי ישראל,
מען האט ארומגערעדט איבער פארשידענע זאכן צו פארגרינגערן די פילע חולי ישראל, און דער רבי האט זיך באדאנקט פארן פרעזידענט פאר זיינע פילע הילף לטובת די חולי ישראל.
ארום 6:15 האט דער רבי געדאווענט מנחה בביתו נאוה קודש אויף צאנז קט.
פארנאכטס האט דער רבי מסדר קידושין געווען ביי די חופה פון די מחותנים הרה"ח ר' משה בנימין יצחק כהן הי"ו און הרה"ח ר' אברהם שעהנברוין הי"ו אין די זאלן פון כינור דוד.
און ביי די חופה פון די מחותנים הרה"ח ר' יחזקאל שרגא פערל הי"ו און הרה"ח ר' אברהם יושע לאנדא הי"ו אין די זאלן פון בית רחל פאראדייס.
דער רבי האט געדאווענט מעריב ארום 8:45 בביתו נאוה קודש אויף צאנז קט.
ארום 9:10 איז דער רבי אריינגעקומען אין ביהמ"ד הגדול צום עריכת שלחן הטהור לכבוד פורים קטן במעמד אלפי אנשי שלומינו בתופים ובמחולות,
ביים אנקומען האט דער רבי געטאנצען עטליכע מינוט אויפן פלאץ, דערנאך האט זיך דער רבי געוואשן צום סעודה לכבוד היום,
במשך די סעודה האט מען מאריך געווען בשירה וזמרה מיט ניגוני פורים,
נאך די פיש האט דער רבי געמאכט די סיום אויף מסכת חולין וואס איז געלערנט געווארן במסגרת חבורת תורתך שעשועי און דערנאך געזאגט קדיש,
מען האט ממשיך געווען מיט ניגוני שמחת התורה און דערנאך אויפגעגעבן ווייטער די מאכלים אזוי ווי יו"ט,
במשך די טיש האט דער רבי משמיע געווען דריי מאל דברות קודש,
ביים ערשטן מאל האט זיך דער רבי געשטעלט אויפן פסוק 'ובבואה לפני המלך אמר עם הספר' און נאכגעזאגט פונעם אמרי נועם אז 'אמר' עם 'הספר' איז בגי' שופר, און בזכות פון מצוות שופר איז מרדכי הצדיק ניצל געווארן פון המן, און דער רבי ארויסגעברענגט אז מען גייט ארויס זכאי בדין ראש השנה בזכות פון אברהם אבינו וואס האט נישט געפרעגט קיין קשיות אויף הקב"ה ביים עקידה, פארדעם פרעגט הקב"ה נישט קיין קשיות אויף כלל ישראל און איז מוחל די עבירות, מצוות שופר איז אנטקעגן אברהם אבינו, במילא די זעלבע ביי די גזירת המן האט הקב"ה נישט געפרעגט קיין קשיות אויף כלל ישראל און געמאכט די נס פורים,
ביי די צווייטע דב"ק האט זיך דער רבי געשטעלט אויפן פסוק 'והשתי' כדת אין אונס' און עס אויסגעטייטשט בדרך דרוש און ארויסגעברענגט אז הקב"ה איז מחויב צוצושטעלן אלע חיובי בעל לאשה אויסהיילן אויסלייזן וכדו',
און דער רבי האט ארומגערעדט איבער די שמחה פון די חברי החבורה פון תורתך שעשועי וועלכע האבן מסיים געווען מסכת חולין און מען גרייט זיך שוין בקרוב צו מסיים זיין גאנץ ש"ס,
דערנאך האט דער רבי ארויסגעברענגט איבער די הכנה רבה וואס מען דארף זיך צוגרייטן צו יו"ט פורים הבעל"ט און מעורר געווען צו לערנען דעם ספר הק' קדושת לוי אויף פורים אזוי ווי מען האט געלערנט פאר חנוכה,
און דער רבי האט מכבד געווען די מנגנים צו זינגען די ניגון 'לאמיר דערציילן די מעלות פון אידישע קינדער' וואס איז נתחבר געווארן דורכן הייליגן קדושת לוי זי"ע,
דערנאך האט דער רבי ממשיך געווען ארומרעדענדיג די עבודה וואס צדיקים האבן געהאט מיט די כח הנגינה אזוי ווי מען האט געזען ביים ייטב לב זי"ע אז ער האט גענומען די הייליגע ניגון פון קדושת לוי זי"ע און עס ארויפגעלייגט אויף די ווערטער פון וכך היה מונה, און די זעלבע האט מען געזען ביי רביה"ק זי"ע וואס פלעגט זיך אינטערזינגען הייליגע תנועות אין פארשידענע צייטן,
און דער רבי האט ארויסגעברענגט די ווייטאג אז מען נעמט הייליגע ניגונים און מען פארגרעבט עס און מען זינגט עס אראפ ווילד און גויאיש און דער רבי האט געבעטן די מנגנים זאלן מסביר זיין פארן ציבור די חילוק פון זינגען א ניגון ערליך און גויאיש, און מען האט אויפגעשפילט עטליכע ניגונים געזינגען אויף ביידע אופנים,
און דער רבי האט מסיים געווען זאגענדיג 'אם אין דעת הבדלה מנין' אבער אז מען ווייסט יא דארף מען זען אנצוהאלטן די הבדלה אויף אלע אופנים סיי מיט די לבוש און סיי מיט די מוזיק, און פארענדיגט בברכת קדשו,
ביי די דריטע דב"ק האט דער רבי פארציילט א מעשה אז הרה"ק החוזה מלובלין זי"ע האט אמאל ביי שלו"ס פרשת תצוה געטייטשט אויפן פסוק 'ועשית משבצות זהב' אז מען זאל מאכן קעסטעלעך פון גאלד און אנגעוואונטשן גרויס שפע פארן ציבור,
האט דער רבי מסביר געווען אז סעודה שלישית איז אנטקעגן יעקב אבינו וואס יעקב אבינו האט באקומען די ברכה צו משפיע זיין פרנסה במילא האט דער רבי פון לובלין געקענט משפיע זיין פרנסה ביי שלו"ס,
דער אריה"ק זאגט אז מרדכי הצדיק איז געווען א גולגל פון יעקב אבינו במילא יעצט פורים קטן איז זיכער אז מרדכי הצדיק איז משפיע גרויס שפע פאר יעדעם איינעם, און דער רבי האט מכבד געווען די אלע וואס הייסן יעקב ארויפצוגיין אויפן טיש און צוזאמענעמען געלט פאר א וויכטיגע הכנסת כלה צוועק, און דערנאך מסיים געווען מיט ברכות לרוב פארן גאנצן ציבור.
דערנאך איז פארגעקומען א פורים שפיל געשפילט דורך ר' יעקב הערש צין הי"ו און ר' יוסף מאיר סאאל הי"ו,
מיט ברכת המזון האט דער רבי מכבד געווען הרה"ג ר' יעקב ווייס שליט"א - מרבני קהלתינו הק' במאנסי,
מען האט ארויסבאגלייט רבינו שליט"א בשירה וזמרה, מען האט געענדיגט ארום 12:00 אזייגער.
~🌴~