מיטוואך תצוה
באריכטן ·
🌴בצל הקודש🌴
=מיטוואך תצוה=
פארן דאווענען איז פארגעקומען די ברית לבן הנולד אצל ר' יואל אפרים פישל פריעד הי"ו ווי דער רבי איז געווען סנדק ומוהל.
דער רבי האט געדאווענט שחרית אין ישיבה גדולה סניף ויואל משה.
נאכן דאווענען האט דער רבי פארגעלערנט א תהילים שיעור אויף קאפיטל י"ט פסוק י'.
אין די נאכמיטאג שעות איז געקומען אויף א באזוך ביי רבינו שליט"א גיסו הגה"צ רבי מנחם ערנסטער שליט"א - ר"י ישיבת וויזניץ ב"ב וועלכע איז געקומען מנחם אבל זיין הרבנית הצדיקת תחי',
עס האט זיך פארמירט א שיינע שמועס און דער רבי האט מכבד געווען מיט לחיים און ווארעם אנגעוואונטשן ברכת קדשו.
אויך איז געקומען אויף א באזוך הגה"צ רבי יוסף בנימין וואזנער שליט"א - אדמו"ר משבט הלוי פון ארה"ק,
עס האט זיך פארצויגן א שיינע שמועס און דער רבי האט אנגעוואונטשן ברכת קדשו.
ארום 6:00 אזייגער האט דער רבי געדאווענט מנחה בביתו נאוה קודש אויף צאנז קט.
פארנאכטס האט דער רבי מסדר קידושין געווען ביי די חופה פון די מחותנים הרה"ח ר' מאיר משה שפיטצער הי"ו און הרה"ח ר' יוסף קדיש פילאפף הי"ו אין די זאלן פון כינור דוד.
און ביי די חופה פון די מחותנים הרה"ח ר' יוסף אלי' לעבאוויטש הי"ו און הרה"ח ר' וואלף מענדלאוויטש הי"ו אין די זאלן פון בית רחל פאראדייס.
זמני כניסה איז געווען פון 8:00 אזייגער ביז 1:30 אויפדערנאכט בביתו נאוה קודש אויף איהעל קט.
בעת די זמני כניסה איז פארגעקומען די חתימת שטרות ווי הרה"ח ר' משה גאלדשטיין הי"ו האט מוסיף געווען א ריזן סכום און אפגעקויפט די זכות פונעם שם הבנין פונעם צוגעבויטן פליגל פון בית מדרשינו 'ביהמ"ד בית שמואל' בשכונת דברי חיים,
עס האט אויפגעטרעטן הגה"צ רבי יואל האלבערשטאם שליט"א - רב הביהמ"ד,
דערנאך האט דער רבי אינטערגעשריבן די שטרות און געמאכט א לחיים און ווארעם אנגעוואונטשן ברכת קדשו פאר הרה"ח ר' משה הי"ו און זיין משפחה.
אויך איז אריין בקודש פנימה הגה"צ רבי שלמה רובין שליט"א - אב"ד ציעשנוב ק"י אפנעמען ברכת הקודש און איינלאדענען צום שמחת החתונה פון בנו החתן וועלכע קומט פאר קומענדיגן דינסטאג כי תשא אין ב"פ.
ארום 10:30 האט דער רבי געליינט די תנאים פון די מחותנים הרה"ח ר' ניסים סאאל הי"ו און הרה"ח ר' רפאל דוד ג'ברא הי"ו אין די תנאים זאלן בביתו נאוה קודש.
דער רבי האט געדאווענט מעריב ארום 12:00 אזייגער און נאך מעריב ממשיך געווען אויפצונעמען דעם ציבור.
א גוטע נאכט.
~🌴