דינסטאג תצוה
באריכטן ·
🌴בצל הקודש🌴
=דינסטאג תצוה=
דער רבי האט געדאווענט שחרית אין ביהמ"ד נועם אלימלך ליזענסק אינאיינעם מיט די תלמידי ישיבה גדולה סניף עסק התורה מאנסי.
פארן דאווענען האט דער רבי געלייגט תפילין פאר די בר מצוה בחור ב"ר מאיר דוד מרדכי גלאנץ הי"ו.
נאכן דאווענען האט דער רבי פארגעלערנט א תהילים שיעור אויף קאפיטל י"ט פסוק ט'.
דערנאך איז פארגעקומען א לחיים מיט די בר מצוה בחור בהיכל הביהמ"ד.
אין די פארמיטאג שעות איז דער רבי געווען אויף די וועכענטליכע באזוך אינעם מצה בעקערי דקהלתינו הק'.
ארום 6:00 אזייגער האט דער רבי געדאווענט מנחה בביתו נאוה קודש אויף צאנז קט.
פארנאכטס איז דער רבי אריינגעפארן קיין וומ"ס צו די וועכענטליכע זמני כניסה,
אויפן וועג האט זיך דער רבי אפגעשטעלט אין מאנהעטן ביים מאונט - סיני שפיטאל ווי דער רבי איז ארויף אויף א ביקור חולים באזוך ביי ביי ידידו הגאון האדיר דומ''ץ קרית יואל הגאון רבי שלום אליקים געציל בן דבורה חנה שליט"א לרפו''ש,
עס האט זיך פארצויגן א שיינע שמועס און דער רבי האט ווארעם אנגעוואונטשן שיחדש כנשר נעיריו.
זמני כניסה איז געווען פון 8:45 ביז 12:00 אזייגער אויפדערנאכט בביתו נאוה קודש אויף היוז סט.
בעת די זמני כניסה איז פארגעקומען א התחלת כתיבת ספר תורה געשריבן דורך הרה"ח ר' אהרן הערש מיטטעלמאן הי"ו,
דער רבי האט אריינגעשריבן עטליכע אותיות און געמאכט א לחיים און אנגעוואונטשן ברכת קדשו.
דער רבי האט געדאווענט מעריב ארום 11:15 און נאך מעריב ממשיך געווען אויפצונעמען דעם ציבור.
א גוטע נאכט.
~🌴~