מאנטאג תצוה
באריכטן ·
🌴בצל הקודש🌴
=מאנטאג תצוה=
פארן דאווענען איז פארגעקומען די ברית לבן הנולד אצל ר' אברהם הערש געלבשטיין הי"ו ווי דער רבי איז געווען סנדק.
דער רבי האט געדאווענט שחרית אין ישיבה גדולה סניף דברי יואל.
פארן דאווענען האט דער רבי געלייגט תפילין פאר די בר מצוה בחורים,
בהרה"ג ר' יצחק אייזיק פוקס שליט"א - מו"ץ.
ב"ר אברהם העכט הי"ו. ב"ר יחזקאל בערגער הי"ו.
ב"ר משה סורקיס הי"ו.
ביים ליינען איז דער רבי געגאנגען הגבה.
נאכן דאווענען האט דער רבי פארגעלערנט א תהילים שיעור אויף קאפיטל י"ט פסוק ח'.
דערנאך איז פארגעקומען א לחיים מיט די בר מצוה בחורים בחדרו הפרטי.
ארום 3:50 איז דער רבי אנגעקומען צו די זאלן פון גינת קליין צום "מעמד יום האיחוד" ווי עס זענען געווען פארזאמעלט די קרוב צו טויזענט תלמידי כתה מכינה לישיבה קטנה פון מוסדותינו הק' פון איבער גרעיטער ניו יארק,
מען האט געזינגען עטליכע ווארימע ניגונים און איינער פון די בחורים האט פארגעזינגען חרוזים,
דערנאך האבן די מנהלים איבערגעגעבן פאר רבינו שליט"א מנחת ביכורים א קוויטל כוללת מיט די נעמען פון אלע בחורים מיט די טויזענטער שעות רציפות וועלכע זענען געלערנט געווארן במשך די ימי השובבים העעל"ט,
דער רבי האט משמיע געווען דברות קודש ודברי הדרכה פאר די בחורים, ווי דער רבי האט ארומגערעדט דברי התחזקות ללימוד התורה, און ארומגערעדט איבער וויאזוי א חסידישע בחור דארף זיך פירן און מסיים געווען בברכת קדשו.
דערנאך האט דער רבי געדאווענט מנחה אינאיינעם מיט די בחורים,
נאך מנחה איז דער רבי אריין אין א זייטיגע שטוב ווי דער רבי האט פארטיילט געבענטשטע מטבעות פאר די בחורים וואס האבן זיך אויסגעצייכנט מיט שעות רציפות במשך די ימי השובבים העעל"ט,
מען האט געענדיגט ארום 5:15.
פארנאכטס האט דער רבי מסדר קידושין געווען ביי די חופה פון די מחותנים הרה"ח ר' יושע יודא פריעדמאן הי"ו און הרה"ח ר' משה יצחק זילבערשטיין הי"ו אין די זאלן פון כינור דוד.
און ביי די חופה פון די מחותנים הרה"ח ר' ישראל יודא ווערצבערגער הי"ו און הרה"ח ר' יושע וואלף מיטטעלמאן הי"ו אין די זאלן פון בית רחל פאראדייס.
דער רבי האט געדאווענט מעריב ארום 8:50 בביתו נאוה קודש אויף צאנז קט.
"קול רנה וישועה באהלי צדיקים"
ארום 9:10 איז דער רבי אנגעקומען צו די זאלן פון קרן ויואל משה ווי עס איז פארגעקומען די פריוואטע שבע ברכות צוגעשטעלט דורך רבינו שליט"א, ווי עס זענען ספעציעל געלאדענט געווארן די לומדי הכולל פון איבער גרעיטער ניו יארק וועלכע זיצן שוין באהלה של תורה פאר אריבער צוואנציג יאר קע"ה,
דער רבי האט זיך געוואשן צום סעודת שבע ברכות,
ביים שבע ברכות האט
במשך די סעודה האבן אויפגעטרעטן עטליכע לומדים ווי זיי האבן דערביי אנגעפרעגט רבינו שליט"א פארשידענע הדרכות און ענינים וואס איז נוגע פאר לומדי תורה אויף וואס דער רבי האט געענטפערט און אויסגעשמועסט בטוב טעם ודעת,
דערנאך האט דער רבי משמיע געווען דב"ק ווי דער רבי האט ארומגערעדט בדברי דרוש בעניני שמחת חתן כלה און ארויסגעברענגט די חשיבות פון די לומדי תורה ובני ביתם, און אנגעוואונטשן ברכות לרוב פארן גאנצן ציבור,
דערנאך האט זיך דער רבי אויפגעשטעלט טאנצן פאר א לענגערע צייט,
מיט ברכת המזון האט דער רבי מכבד געווען חדב"ן הגה"צ רב דביהמ"ד אבני צדק שליט"א,
ברכות ראשונות: הרה"ג ר' אברהם שלום פריעדמאן שליט"א - מראשי מבצר הכוללים בק"י,
ברכה אחריתא: הרה"ג ר' נפתלי הירצקא צוויבל שליט"א - ראה"כ וומ"ס,
מען האט געענדיגט ארום 11:30.
א גוטע נאכט.
~🌴~