זונטאג תצוה
באריכטן ·
🌴בצל הקודש🌴
=זונטאג תצוה=
פארן דאווענען איז פארגעקומען די ברית לבן הנולד אצל ר' יחיאל שלמה שטערן הי"ו ווי דער רבי איז געווען סנדק ומוהל.
דער רבי האט געדאווענט שחרית אין ישיבה גדולה סניף קדושת יואל.
פארן דאווענען האט דער רבי געלייגט תפילין פאר די בר מצוה בחורים,
ב"ר יואל הכהן ווייס הי"ו.
ב"ר שמשון שמעיא הי"ו.
ב"ר אליעזר משה זאפיר הי"ו.
ב"ר שמואל סופר הי"ו.
ב"ר מאיר יעקב פאלאטשעק הי"ו.
ב"ר לוי יצחק ווייסמאן הי"ו.
נאכן דאווענען האט דער רבי פארגעלערנט א תהילים שיעור אויף קאפיטל י"ט פסוק י'.
דערנאך איז פארגעקומען א לחיים מיט די בר מצוה בחורים בחדרו הפרטי.
אין די פארמיטאג שעות איז דער רבי געווען אויף די וועכענטליכע באזוך אינעם בית השחיטה המהודרת.
דער רבי האט געדאווענט מנחה ארום 6:10 און מעריב ארום 6:50 בביתו נאוה קודש אויף צאנז קט.
ארום 7:15 איז דער רבי אנגעקומען אינעם בנין פון מבצר הכוללים צום מעמד 'חנוכת קומת התורה' חנוכת הבית פארן נייעם הערליך פארענדיגטן שטאק פון בנין מבצר הכוללים געאייגנט פאר די גרעסערע נדבנים,
דער רבי האט געמאכט א לחיים און ווארעם אנגעוואונטשן פארן נדבן הקומה הרה"ח ר' משה גאלדשטיין הי"ו - חבר הנהלת מבצר הכוללים, און פארן גאנצן ציבור,
דערנאך האט דער רבי משמיע געווען לענגערע דב"ק און ארומגערעדט בדברי שבח פון די נדבני ומחזיקי התורה און בשבח פונעם מבצר הכוללים פון ווי עס קומען ארויס אזעלכע שיינע פירות, און מסיים געווען מיט ברכות לרוב פאר די נדבנים און פארן גאנצן ציבור,
דער רבי האט פארלאזט די מעמד ארום 7:50.
ארום 8:15 איז דער רבי אנגעקומען קיין שיכון סקווירא ווי דער רבי האט זיך באטייליגט ביים לויה פון הרבנית מסקווירא ע"ה אשת חבר גיסו כ"ק אדמו"ר מסקווירא שליט"א וואס איז פארגעקומען פארנט פון ביהמ"ד הגדול דשיכון סקווירא,
דערנאך האט דער רבי מלוה געווען די מטה ביז צום בית החיים ווי דער רבי האט אויסגעווארט ביז נאך די קבורה,
דערנאך איז דער רבי אריבער צום שטוב פון האדמו"ר מסקווירא שליט"א אויף א לענגערע צייט אויף א פריוואטע פארנעם.
ארום 10:30 איז דער רבי אהיימגעפארן קיין קרית יואל.
א גוטע נאכט.
~🌴~