שבת קודש פרשת תרומה - שבת שבע ברכות של נכדת רבינו הכלה בת חדב"ן הגה"צ רב דביהמ"ד אבני צדק שליט"א
באריכטן ·
🌴בצל הקודש🌴
=שבת קודש פרשת תרומה - שבת שבע ברכות של נכדת רבינו הכלה בת חדב"ן הגה"צ רב דביהמ"ד אבני צדק שליט"א=
ארום 6:05 איז דער רבי אריינגעקומען צו מנחה ערב שבת קודש אין באגלייטונג פונעם חתן ומחותנים, און דער רבי איז צוגעגאנגען צום עמוד.
קבלת שבת: נכד רבינו הרב יואל אשכנזי שליט"א בן חדב"ן הגה"צ רב דביהמ"ד אבני צדק שליט"א.
מען האט געענדיגט דאווענען ארום 7:40.
נאכן דאווענען איז פארגעקומען די אפיעל פאר כולל אהבת ציון זיבענבערגן בארה"ק.
דערנאך איז דער ציבור אריבער זאגן גוט שבת און דער רבי איז אהיים לביתו נאוה קודש.
ארום 10:15 איז דער רבי אריינגעקומען צום שלחן הטהור אין ביהמ"ד הגדול.
מיט אשת חיל האט דער רבי מכבד געווען דעם אייניקל הבה"ח מאיר אליעזר ט"ב ני"ו, בן חדב"ן הגה"צ רב דביהמ"ד ברך משה שליט"א.
מיט הגבהת הכוס איז מכובד געווארן חדב"ן הגה"צ רב דביהמ"ד אבני צדק שליט"א.
מיט די זמירות האט דער רבי מכבד געווען,
כל מקדש: האדמו"ר מאלעסק שליט"א.
מנוחה ושמחה: האדמו"ר מליטשיק שליט"א.
דערנאך האט דער רבי געזאגט תורה אויפן תנא דבי אליהו 'בשעה שאמרו ישראל נעשה ונשמע מיד אמר הקב"ה ויקחו לי תרומה' און עס אויסגעטייטשט בדרך דרוש אינעם סוגיא פון שכר מצוה בהאי עלמא ליכא.
קה אכסוף: הרה"ג ר' יואל מענדל אשכנזי שליט"א - אב"ד מאגלעניץ.
ברכת המזון: די זיידע הגה"צ גאב"ד דקהלתינו מאנטריאל שליט"א.
מיט די שבע ברכות האט דער רבי מכבד געווען,
ברכות ראשונות: הגה"צ אב"ד ור"מ וומ"ס שליט"א.
ברכה אחריתא: די מחותן הרה"צ רבי צבי הירש מייזליש שליט"א.
מען האט אויפגעגעבן פירות און די פרישע חתנים זענען אריבער נעמען שיריים.
אויך איז פארגעקומען די שמחת השלום זכר ביי ר' ישעי' וויינבערגער הי"ו.
דערנאך האט הר"ר שמואל קרויס שליט"א אויפגעריפן רבינו שליט"א צו די ריקודין לפני הכלה מיט פאסיגע חרוזים, און דערנאך האט רבינו שליט"א מרקד געווען לפני הכלה בהתלהבות אש פאר א לענגערע צייט, און דערנאך געטאנצען מיטן חתן.
דערנאך האבן געטאנצען לפני הכלה די זיידע הגה"צ גאב"ד דקהלתינו מאנטריאל שליט"א, און די מחותנים אבי החתן שליט"א ואבי הכלה שליט"א.
אז ביום השביעי: נכד רבינו הרב אשר אנשיל אשכנזי שליט"א - מאנטשעסטער, און דער רבי האט געטאנצן אין א רינג בהיכל הביהמ"ד אינאיינעם מיטן חתן ומחותנים ובני המשפחה.
מען האט געענדיגט די טיש ארום 12:45.
~
=וביום השבת=
דער רבי איז אריינגעקומען צום דאווענען ארום 9:30.
ברכות ופסוקי דזמרה: הרה"ח ר' חיים הערש שווארטץ הי"ו - וומ"ס.
דער רבי איז צוגעגאנגען צום עמוד צו תפילת שחרית.
ביים ליינען זענען נתכבד געווארן:
הוצאה והכנסה: הרה"ח ר' ישראל ווייס הי"ו.
פסוקי שמע ישראל: הרה"ח ר' משה ווערצבערגער הי"ו - מאנטריאל.
כהן: ר' משה ארי' כהן הי"ו, ווי דער רבי האט קורא שם געווען לרגל הולדת בתו למז''ט.
לוי: החתן אשר לעמיל ב"ר ישראל יודא ווערצבערגער הי"ו - באווארפען.
שלישי: הגה"צ גאב"ד דקהלתינו מאנטריאל שליט"א.
רביעי: חדב"ן הגה"צ רב דביהמ"ד אבני צדק שליט"א.
חמישי: החתן נכד רבינו הרב אלחנן חיים מייזליש שליט"א.
דער רבי האט קורא שם געווען לרגל הולדת הבת אצל:
ר' משה הלל גליק הי"ו.
ר' חיים יחזקאל שפילמאן הי"ו.
שביעי: נכד רבינו הרב יוקל טייטלבוים שליט"א, בן חדב"ן הגה"צ רב דביהמ"ד ברך משה שליט"א,
דער רבי האט קורא שם געווען לרגל הולדת בתו למז''ט, ויקרא שמה בישראל ברכה סימא ע"ש הרבנית הצדיקת אשת חבר רביה"ק העצי חיים זי"ע.
הוספות: החתן ב"ר חיים הערש שווארטץ הי"ו.
החתן שמעון ב"ר יואל היילברוין הי"ו.
החתן ב"ר אייזיק הערש שפילמאן הי"ו.
חדב"ן הגה"צ רב דביהמ"ד ברך משה שליט"א.
אחרון: הגה"צ אב"ד ור"מ וומ"ס שליט"א.
מפטיר: הרה"צ רבי צבי הירש מייזליש שליט"א.
הגבה: הרה"ח ר' ישראל אלימלך קליין הי"ו - וומ"ס.
גלילה: הרה"ח ר' יוסף לייב ברוין הי"ו.
צו תפילת מוסף איז צוגעגאנגען הגה"צ גאב"ד דקהלתינו מאנטריאל שליט"א.
פתיחה צו אנעים זמירות: ר' אפרים שמואל פינק הי"ו - ב"פ.
נאכן דאווענען איז פארגעקומען די שמחת הקידושא רבה לבן הנולד אצל נכד רבינו הרב יוקל טייטלבוים שליט"א בהיכלי הפאליש,
דער רבי האט קידוש געמאכט און טועם געווען מזונות און פיש,
ביי די פיש האט אויפגעטרעטן דער בעל שמחה הרב יוקל שליט"א,
מען האט געזינגען ניגוני שמחה און דער רבי האט אנגעוואונטשן פארן בעל שמחה און פארן גאנצן ציבור,
דער רבי האט משמיע געווען דבק דער רבי האט זיך געשטעלט אויפן פסוק וכרוב אחד מקצה מזה און ארויסגעברענגט אז די כרובים איז אנטקעגן א זכר און א נקיבה, א זכר איז משפיע תורה און א נקיבה איז משפיע יראה, און דאס גייט צוזאמען ווייל תורה אן קיין יראה האלט זיך נישט, און מסיים געווען מיט ברכות לרוב.
מען האט געענדיגט ארום 1:00 אזייגער.
~
דער רבי איז אריינגעקומען צו תפילת מנחה ארום 6:00 אזייגער.
צום עמוד איז צוגעגאנגען הר"ר מענדל וואלף טייטלבוים שליט"א.
ביים ליינען איז מכובד געווארן,
הוצאה והכנסה: הרה"ח ר' חיים יחזקאל הערשקאוויטש הי"ו.
כהן: הרה"ג ר' יואל קאהן שליט"א - מו"ץ.
לוי: הרה"ח ר' יודל ווערצבערגער הי"ו - וומ"ס.
שלישי: הרה"ח ר' אברהם יושע גראס הי"ו - וומ"ס.
דער רבי איז געגאנגען הגבה.
גלילה: הרה"ח ר' אליעזר היילברוין הי"ו.
ביי של"ס האט דער רבי מכבד געווען מיט אודה הרה"ח ר' נח גפן הי"ו.
שיר המעלות: הרה"ח ר' משה גאלדשטיין הי"ו.
דער רבי האט זיך געשטעלט אויפן תנא דבי אליהו 'בשעה שאמרו ישראל נעשה ונשמע מיד אמר הקב"ה ויקחו לי תרומה', און ארויסגעברענגט אז כדי צו זוכה זיין צו לימוד התורה כדבעי פעלט זיך אויס תפילה אבער אויב איז מען פארשמירט מיט עבירות ווערן נישט נתקבל די תפילות, פארדעם האט הקב"ה אראפגעשיקט יעקב אבינו 'ויחן שם ישראל נגד ההר' און יעקב אבינו איז מתפלל פאר גאנץ כלל ישראל אז די תורה זאל אריינגיין אין אונזערע הערצער, אבער אויב איז מען פארזינקן אין תאוות הגשמיות פארלירט מען די קשר מיט יעקב אבינו און דעמאלטס ניצט נישט יעקב אבינו'ס תפילות.
ידיד נפש: הרה"ח ר' ישראל דוב גאלדבערגער הי"ו.
קל מסתתר: הרה"ח ר' אברהם יושע גראס הי"ו.
שושנת יעקב: הרה"ח ר' יודל ווערצבערגער הי"ו.
דער רבי האט געבענטשט על הכוס.
דערנאך האט דער רבי געזאגט שבע ברכות.
צו מעריב איז צוגעגאנגן הרה"ח ר' משה גאלדבערגער הי"ו.
נאך מעריב האט דער רבי געמאכט הבדלה.
נאך הבדלה איז דער ציבור אריבער זאגן א גוטע וואך.
דערנאך איז דער רבי ארויס פארנט פון ביהמ"ד ווי דער רבי האט מחדש געווען די לבנה.
מען האט געענדיגט ארום 8:40.
~
ארום 12:00 אזייגער איז דער רבי אנגעקומען צו ביהמ"ד אבני צדק צום צענטראלן שבע ברכות צוגעשטעלט דורך די ביהמ"ד לכבודו פון רבינו שליט"א און הגה"צ רב דביהמ"ד שליט"א,
עס האט ממשיך געווען מיט זיין דרשה הגה"צ גאב"ד דקהלתינו מאנטריאל שליט"א,
דער רבי האט געמאכט א לחיים און ווארעם אנגעוואונטשן פארן חתן, מחותנים, און פארן גאנצן ציבור,
דערנאך האט דער רבי משמיע געווען דב"ק ווי דער רבי האט ארומגערעדט בעניני שמחת חתן וכלה, און מסיים געווען בברכת קדשו פארן חתן, און פארן גאנצן ציבור,
עס האט אויפגעטרעטן בדברי בדחנות בנש"ק הרב אברהם מערץ שליט"א,
מען האט געענדיגט ארום 12:45, און דער רבי איז אהיים לביתו נאוה קודש.
א גוטע וואך.
~🌴~